פֿאַרשפּעטיקטע רעצענזיע פֿון 2 קאָמפּאַקטלעך

Belated Review of 2 European CDs

Chor Zydowski Clil
Chor Zydowski Clil

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published September 02, 2015, issue of September 18, 2015.

דעם זומער האָב איך זיך באַקענט מיט אַ סטודענטקע אין דער „ייִוואָ‟־זומער־פּראָגראַם, איזאַבעלאַ גאָלדשטיין, וועלכע שרײַבט איר דיסערטאַציע וועגן חורבן־לידער. אַן אויסגעשולטע מוזיקערין, האָט זי מיר געשאָנקען דאָס קאָמפּאַקטל, „די לידער פֿונעם לאָדזשער געטאָ‟ [Piosenki z lodzkiego-getta], אויף וועלכן עס זינגט דער לאָדזשער כאָר — Chor Zydowski Clil, מיט וועלכן זי פֿירט אָן. דאָס קאָמפּאַקטל איז אַרויס אין 2009, אָבער ערשט איצט דערגאַנגען צו מיר.

געטאָ־לידער זענען אָפֿט געשאַפֿן געוואָרן מיט שאַרפֿער איראָניע, איז עס, צו מאָל, שווער צו וויסן, ווי אַזוי מע דאַרף זיי אויסטײַטשן: פֿריילעך צי נישט? למשל, דאָס ערשטע ליד אויפֿן קאָמפּאַקטל, אַ פּויליש ליד, וואָס הייסט „Za kolczastym drutem‟, [הינטער דעם שטעכיקן דראָט] ניצט די לעבעדיקע מעלאָדיע פֿון אַן אַלט באַקאַנט פֿאָלקסליד, האַלב־פּויליש, האַלב־ייִדיש, וואָס לאַכט אָפּ פֿונעם חסידישן רבין. אינעם געטאָ־נוסח, ווערטער פֿון מרים האַרעל, באַשרײַבט מען דעם הונגער און נויט אין געטאָ, און די מעלאָדיע בלײַבט אַ מונטערע. אַזאַ סתּירה קומט זעלטן פֿאָר אין דער פֿאָלקסמוזיק.

אויפֿן קאָמפּאַקטל זינגט מען עטלעכע לידער פֿונעם גאַסן־זינגער פֿון דער לאָדזשער געטאָ — יאַנקל הערשקאָוויץ. זײַנע ביטער־קאָמישע לידער האָבן זיך גיך פֿאַרשפּרייט צווישן דעם עולם. די אַראַנזשירוגנען האָט געשאַפֿן, דער עיקר, ראַפֿאַל יאַניאַק, און מיט אַ טייל קינסטלערישע באַשלוסן זײַנע בין איך נישט מסכּים; למשל, הערשקאָוויצעס ליד „רומקאָווסקי חיים‟, וועגן דעם ייִדישן „מלך‟ פֿון לאָדזשער געטאָ. אין דער אַראַנזשירונג פֿאַרלירט מען דעם סאַרקאַסטישן הומאָר פֿון הערשקאָוויץ, און מע זינגט די ווערטער צו ערנסט, צו „קינסטלעריש‟, ווען מע דאַרף זיי זינגען מער פֿאָלקיש.

אָבער אונדזער חיים, רומקאָווסקי חיים
ער גיט אונדז יעדן טאָג שיריים:
איינער — אַ שטיקל ברויט, אַ צווייטן — אַ שטיק פֿערד,
מע ליגט בײַ אים אויך טיף אין ד’ערד.

עס געפֿעלט מיר, וואָס מע זינגט אויף לאָדזשער ייִדיש, און וואָס מע זינגט אַפֿילו אומבאַקאַנטע קורצע, פֿראַגמענטאַרישע לידער, וווּ ס’איז קלאָר, אַז מע האָט נישט געפֿונען אַלע ווערטער. בײַ איין ליד פֿון הערשקאָוויץ איז בלויז געבליבן איין סטראָפֿע:

עס גייט אַ יעקע, אוי מיט אַ טעקע
ער זוכט פּוטער, מאַרגאַרין.
בשום־אופֿן, נישטאָ צו קויפֿן
נעמט ער אַ וויזע נאָך מאַריסין (מאַריסין = דער בעסערער טייל פֿון געטאָ).

בכלל זינגט דער כאָר נישקשהדיק, אָבער ער איז נישט קיין פּראָפֿעסיאָנעלער און מע קען דאָס בפֿירוש הערן.

צי פּאַסן אַזוינע לידער בכלל פֿאַר אַ כאָר? פֿאַרן באַקאַנטן וויגליד „ניט קיין ראָזשינקעס‟, ווערטער פֿון שיִע שפּיגל, מוזיק פֿון דוד בייגעלמאַן, וווּ מע האָט אַ מער פּשוטע אַראַנזשירונג, וואָס הייבט אַרויס די ווערטער, קלינגט דאָס גוט. אויך בײַ דער פּאַראָדיע פֿונעם פֿאָלקסליד „ווער קלאַפּט דאָס אַזוי?‟ (עפֿן, עפֿן בראָנטשעלע), פֿילט מען די אָריגינעלע שטימונג. בײַ אַנדערע לידער איז די אַראַנזשירונג צו „שווער‟ און מע פֿאַרלירט דאָס געפֿיל, די שטימונג פֿונעם ליד.

נאָך אַ קאָמפּאַקטל וואָס איז צו מיר אָנגעקומען יאָרן נאָך דעם ווי ס’איז אַרויס איז „שלמה‟ [Shloyme] פֿונעם „טימאָפֿייעוו־אַנסאַמבל‟ [Timofeyev Ensembl], מיטן גאַסטזינגער, פּסוי קאָראָלענקאָ. דאָס האַרץ פֿונעם אַנסאַמבל באַשטייט פֿון אַ מאַמע און איר זון: נאַטאַליע און אָלעג טימאָפֿייעוו. אָלעג טימאָפֿייעוו שטאַמט פֿון מאָסקווע און האָט קונה־שם געווען פֿאַר זײַן אַרבעט מיט דער רוסישער זיבן־סטרוניקער גיטאַר, וואָס איז ערשט אויפֿגעקומען אָנהייב 19טן יאָרהונדערט. אַ דאַנק אים, איז דער אינסטרומענט ווידער אויפֿגעלעבט געוואָרן.

אָלעג טימאָפֿייעוו
אָלעג טימאָפֿייעוו

„שלמה‟, שרײַבט אָלעג טימאָפֿייעוו אינעם באַגלייט־ביכל, איז אַ מוזיקאַלישער אָפּרוף אויף דער שאַפֿונג „שלמה‟ פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר ערנסט בלאָך. „דער הויפּט־פֿאָקוס פֿונעם פּראָיעקט איז אויסצודרוקן די אינערלעכע וועלט פֿונעם העלד שלמה, אַ ייִד פֿון אַן אוקראַיִניש שטעטל, וואָס האָט איבערגעלעבט אַלע טראַגעדיעס פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט: די פּאָגראָמען, די אָקטאָבער־רעוואָלוציע, דער בירגער־קריג, סטאַלינס ׳גולאַג׳ און די צווייטע וועלט־מלחמה‟.

פּסוי קאַראָלענקאָ איז דער נאַראַטאָר אויף דער מוזיקאַלישער נסיעה, וואָס הייבט זיך אָן מיט „פֿאַרענדערונג‟, וואָס די ווערטער זענען געבויט אויף דער ייִדישער איבערזעצונג פֿונעם „נײַעם טעסטאַמענט‟. די הויפּט־שאַפֿונג אויפֿן קאָמפּאַקטל, „שלמה‟, איז אַן אימפּרעסיאָניסטיש ווערק — אַ מין קאָלאַזש פֿון קלאַנגען, תּפֿילות, לידער. די אַלגעמיינע שטימונג פֿון „שלמה‟ איז אַ טרויעריקע און אַפֿילו דער טייל וואָס הייסט „אַ ייִדישע חתונה‟, האָט נישט קיין פֿריילעכע מעלאָדיע.

דער צוהערער וועט דערקענען באַקאַנטע מעלאָדיעס צעוואָרפֿן דאָ און דאָרט, אָבער די ווערטער, סײַ אויף ענגליש, סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף רוסיש, האָט געשאַפֿן אָדער איבערגעזעצט פּסוי קאָראָלענקאָ. אינעם לעצטן נומער זינגט ער אויף אַלע דרײַ שפּראַכן. מע פֿילט במשך פֿון דער גאַנצער רעקאָרדירונג, אַז דער אַנסאַמבל און פּסוי האָבן טאַקע בשותּפֿות מיטגעאַרבעט און אימפּראָוויזירט צוזאַמען, און ס’איז אַרויס אַן אָריגינעלע שאַפֿונג.