אַ טעם פֿון שבת — אָן קירובֿ

Enjoying Shabbos Without Feeling Judged

אסתּר דזשאָסעף, וועלכע וווינט אין לאָנדאָן, איז מער נישט פֿרום, אָבער האָט ליב צו ברענגען אירע קינדער צו פֿרומע משפּחות אויף אַ שבת־מאָלצײַט. אויפֿן בילד: אסתּר (לינקס) מיט דרײַ פֿון אירע פֿיר קינדער. רעכטס: דזשאָדעסי (יהודה־חיים), 18 יאָר אַלט; טעדזשד (בנימין), 12, און דיאַמאָנטע (טובֿה), 12
Esther Joseph
אסתּר דזשאָסעף, וועלכע וווינט אין לאָנדאָן, איז מער נישט פֿרום, אָבער האָט ליב צו ברענגען אירע קינדער צו פֿרומע משפּחות אויף אַ שבת־מאָלצײַט. אויפֿן בילד: אסתּר (לינקס) מיט דרײַ פֿון אירע פֿיר קינדער. רעכטס: דזשאָדעסי (יהודה־חיים), 18 יאָר אַלט; טעדזשד (בנימין), 12, און דיאַמאָנטע (טובֿה), 12

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published September 06, 2015, issue of October 02, 2015.

אַ נײַע זײַט אויף „פֿייסבוק‟, וואָס דערמעגלעכט געוועזענע פֿרומע לײַט צו פֿאַרברענגען אַ היימישע שבת־סעודה בײַ אַ פֿרומער משפּחה, האָט במשך פֿון בלויז זעקס וואָכן צוגעצויגן כּמעט 1,650 מיטגלידער.

אויף דער דאָזיקער זײַט, וואָס הייסט OTD Shabbos (די אותיות OTD זענען טײַטש off the derech, אָדער „אַראָפּ פֿון דרך‟), פֿאַרבעטן די מיטגלידער, וואָס היטן שבת, יענע מיטגלידער, וואָס זענען מער נישט פֿרום, צו זיך פֿרײַטיק־צו־נאַכטס אָדער שבת־מיטאָג — אַ מין „שדכנות־ביוראָ‟, וואָס פּאָרט צונויף פֿרומע גאַסטגעבער מיט נישט־פֿרומע געסט.

ביידע צדדים דאַרפֿן אָבער היטן געוויסע תּנאָים. די גאַסטגעבער בעט מען, אַז זיי זאָלן נישט פּרוּוון מקרבֿ זײַן די געסט, צו ווערן ווידער פֿרום, נאָר פּשוט זיי אָננעמען פּונקט ווי זיי זענען; און די געסט בעט מען צו רעספּעקטירן די תּקנות פֿון די גאַסטגעבער.

די גרינדערין פֿון OTD Shabbos, וועלכע רופֿט זיך „רביצין לאה קליים‟ („איך בין די רביצין פֿון די OTDs,‟ וויצלט זי זיך), האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז איידער זי האָט זיך אונטערגענומען דעם פּראָיעקט, האָט זי זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז אַזאַ „פֿייסבוק‟־זײַט וועט זײַן ניצלעך, אָבער זי איז נישט געווען זיכער, צי ס׳וועט מצליח זײַן. „צו ערשט, האָב איך געדאַרפֿט פֿרעגן בײַ מײַנע פֿרומע פֿרײַנד, צי זיי זענען גרייט זיך צו באַטייליקן אין אַזאַ זאַך,‟ האָט זי געזאָגט.

ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, געפֿינען זיך דווקא אַ סך פֿרומע ייִדן, וואָס ווילן פֿאַרבעטן די אָמאָליקע פֿרומע צו זיך אויף אַ שבת־סעודה. דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרײַטיק אין דער פֿרי, למשל, האָט איין פֿרומע פֿרוי געשטעלט די מעלדונג: „צי וויל עמעצער אַ פֿרײַנדלעכע, צוגעלאָזענע שבת־וועטשערע דאָ אין מאָנסי? אויב יאָ, שיק מיר אַ פּריוואַט בריוול; מיר וועלן זיך פֿרייען צו האָבן דיך ווי אַ גאַסט!‟

אַ שיל אין ריווערדייל האָט געמאָלדן, אַז אַלע זענען פֿאַרבעטן אויף אַ וועטשערע פֿרײַטיק־צו־־נאַכטס, אָבער האָט געוואָרנט, אַז ווײַן איז נישט דערלאָזט — אַ מעגלעכער חסרון בײַ פּאָטענציעלע געסט, וואָס האָבן ליב צו מאַכן שבת אַ שנעפּסל. גלײַך נאָך דער שילס מעלדונג, האָט עמעצער פֿאַרבעטן מענטשן צו זײַן שבת־סעודה, דערקלערנדיק, אַז בײַ זײַן שבתדיקן טיש „קען מען טרינקען וויפֿל משקה מע וויל!‟

מע זעט אויך אַ סך מעלדונגען פֿון די, וואָס זוכן אַ גאַסטגעבער. „טוט זיך עפּעס דעם פֿרײַטיק־צו־נאַכטס אין, אָדער לעבן וויליאַמסבורג?‟ פֿרעגט איינער. „איז דאָ עמעצער אין לינדען, ניו־דזשערזי, דעם סוף־וואָך, וואָס קאָן אַרײַננעמען צוויי בחורים פֿאַר אַן OTD שבתדיקער מאָלצײַט?‟ פֿרעגט אַ צווייטער.

הגם ס׳רובֿ פֿון די באַטייליקטע געפֿינען זיך אין דער ניו־יאָרקער געגנט, באַטייליקן זיך שוין אויך מענטשן אין אַנדערע שטעט, ווי פֿלאָרידע און שיקאַגע, און אַפֿילו אין אויסלאַנד. אסתּר דזשאָסעף, אַ פֿרוי אין לאָנדאָן, וועלכע שטאַמט פֿון אַ ליובאַוויטשער משפּחה, אָבער איז מער נישט פֿרום, איז גליקלעך, וואָס ס׳איז אויפֿגעקומען אַזאַ זײַט.

„מײַן מאַן און איך זענען אַ געמישט ווײַס־און־שוואַרץ פּאָרפֿאָלק, אָבער אַפֿילו אויב רעליגיע איז מיר נישט וויכטיק, בין איך פֿאָרט שטאָלץ צו זײַן אַ ייִד,‟ האָט אסתּר געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. נאָך דעם ווי זי האָט זיך דערוווּסט וועגן OTD Shabbos, און איז געוואָרן אַ מיטגליד, האָט זי געשטעלט אַ מעלדונג, זוכנדיק אַ פֿרומע משפּחה בײַ וועמען צו פֿאַרברענגען אַ שבת־סעודה מיט אירע פֿיר קינדער, 18, 17, 14 און 12 יאָר, און האָט גלײַך געפֿונען אַ גאַסטגעבער אין עדזשווער, אַ געגנט נישט ווײַט פֿון איר שטוב.

„ס׳איז געווען אויסערגעוויינטלעך, מיר האָבן זיך באמת געפֿילט ווי אָנגעלייגטע געסט,‟ האָט אסתּר באַמערקט. „דאָס עסן איז געווען זייער היימיש — געפֿילטע פֿיש, געקאָכטע פֿיש, הינדל, קאַרטאָפֿל־קנישעס; און איך האָב הנאה געהאַט, וואָס מ׳האָט נישט געשפּילט קיין טעלעוויזיע און ס׳האָט נישט געקלונגען דער טעלעפֿאָן. מיר האָבן געזונגען, געשמועסט, געהערט אַ דבֿר־תּורה, און מע האָט געפֿרעגט מײַנע קינדער, וואָס זיי לערנען זיך אין שול, און אַלץ — אין אַן אויסגעשפּאַנטער שטימונג, אָן שום דרוק.‟

„שיינדל‟, אַ פֿרוי אין ברוקלין, אויך אַ ליבואַוויטש־דערצויגענע, וואָס באַטייליקט זיך אין OTD Shabbos, האָט דערציילט איר אייגענע אינטערעסאַנטע געשיכטע. „איך בין אַ מאָל געווען אַ חב״ד־רביצין, און אויפֿגענומען 20־30 ייִדן אויף אונדזערע שבת־מאָלצײַטן,‟ האָט זי געזאָגט. „דאָס איז מיר געווען זייער נאַטירלעך, ווײַל מײַנע עלטערן האָבן אויך תּמיד געהאַט אַ סך געסט אויף זייער שבת־סעודה.‟

הײַנט איז שיינדל מער נישט פֿרום, אָבער זי האָט ווײַטער ליב צו פֿאַרבעטן מענטשן אויף שבת־מאָלצײַטן, ווי אויך צו זײַן אַ גאַסט בײַ יענעם. „ס׳איז זייער פּשוט: איך האָב ליב צו זײַן אַ ייִד. איך האָב ליב טשאָלנט, און אַפֿילו אויב איך היט נישט שבת, ניץ איך נישט דעם טעלעפֿאָן בעת דער שבת־סעודה. אַפֿילו די פֿון אונדז, וואָס זענען מער נישט פֿרום, האָבן דאָך אַ פּינטעלע ייִד.‟

ווען דאַווי לעווין־מאַנדעל, אַ ניקולסבורגער חסידישע פֿרוי אין וואַלי ספּרינג, נ״י, האָט זיך דערוווּסט וועגן OTD Shabbos, האָט זי געשטעלט אַ מעלדונג, אַז זי און איר מאַן, ר׳ זעליג מאַנדעל, וועלן מאַכן אַ באַרבעקיו איין אָוונט אין מיטן וואָך, און ווער עס וויל קומען — איז פֿאַרבעטן.

„60 מענטשן זענען געקומען!‟ האָט זי געזאָגט. זיי האָבן תּיכּף באַשלאָסן שבת צו עפֿענען זייער היים פֿאַר יענע מענטשן, וואָס האָבן נישט וווּ צו פֿאַרברענגען די שבת־סעודה. „איידער מע האָט געגרינדעט OTD Shabbos האָב איך גאָר נישט געוווּסט, ווי וויכטיק עס איז פֿאַר מענטשן צו האָבן אַזאַ געלעגנהייט,‟ האָט זי געזאָגט.

דאַוויס חתונה־געהאַטע טאָכטער, חופּי (פֿאַרקירצט פֿון חנה־פּעסי), איז שוין אויך אַ גאַסטגעבערין אויף דער „פֿייסבוק‟־זײַט. צו איין שבת־מאָלצײַט אין איר שטוב, איז לעצטנס געקומען אַ גרופּע פֿון פֿיר געוועזענע חסידים — צוויי מענער און צוויי פֿרויען. אַלע זענען געווען געגטע לײַט.

„ברוך‟ און „סימע‟, אַ פּאָרפֿאָלק אין ברוקלין, וואָס נעמט אויף געסט, זאָגן, אַז זיי זענען OOTD אָדער Off Off the Derech. דאָס הייסט, זיי האָבן אַמאָל פֿאַרלאָזט די פֿרומע קהילה, אָבער דערנאָך האָבן זיי זיך אומגעקערט. „מײַן פֿרוי איז פֿון אַ חסידישער משפּחה און איך בין פֿון אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער, אָבער ביידע האָבן מיר געליטן פֿונעם פֿרומען לעבן־שטייגער, און טאַקע דערפֿאַר פֿאַרשטייען מיר די OTDs זייער גוט,‟ האָט ברוך דערקלערט.

„דאָס וואָס חב״ד זאָגט, אַז זיי טוען פֿאַר זייערע נישט־פֿרומע געסט, טוען מיר אויף אַן אמת,‟ האָט ער געזאָגט. „אונדזער ציל איז נישט מקרבֿ צו זײַן אונדזערע געסט, זיי זאָלן ווידער פֿרום ווערן. מיר לאָזן זיי איבערלעבן ייִדישקייט אויף זייער אייגענעם שטייגער. אונדזער איינציקער ציל איז צו געפֿינען געלעגנהייטן אָנצוקניפּן אַ באַציִונג מיט אַנדערע ייִדן.‟

איין וויכטיקער פּונקט, וואָס לאה קליים באַטאָנט כּסדר אויף דער וועבזײַט איז די וויכטיקייט פֿון רעספּעקטירן ייִדן, וואָס האָבן אַנדערע ווערטן. פֿרומע זאָלן נישט פּרוּוון איבערמאַכן די נישט־פֿרומע, און די נישט־פֿרומע זאָלן פֿאָלגן די תּקנות פֿון זייערע גאַסטגעבער. דאַווי לעווין־מאַנדעל, למשל, בעט די געסט נישט צו ברענגען זייערע מאָבילקעס צום שבתדיקן טיש. אַנדערע גאַסטגעבער זאָגן, אַז עס אַרט זיי נישט, וואָס די געסט רעדן אויפֿן טעלעפֿאָן, פֿאָטאָגראַפֿירן אָדער פֿילמירן אַ סצענע בײַם טיש, אָבער זיי זאָלן פּשוט זיך אויפֿפֿירן אויף אַ בכּבֿודיקן אופֿן.

ברוך איז גאַנץ בייגעוודיק מיט זײַנע געסט. „אַבי זיי בויען נישט בײַ מיר קיין מזבח צו בעל, איז מיר אַלץ איינס,‟ האָט ער געזאָגט.