אײַנדרוקן נאָך אַ קורצן באַזוך אין רוסלאַנד

Impressions After a Short Visit to Russia

אַן אויסבליק אויף מאָסקווע, 2015
Karina Falb
אַן אויסבליק אויף מאָסקווע, 2015

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published September 09, 2015, issue of October 02, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

ביידע שטעט, סײַ מאָסקווע סײַ פּעטערבורג, שאַפֿן זייער אַ גוטן אײַנדרוק. ס’איז שיין (קודם־כּל, אין די צענטראַלע געגנטן, פֿאַרשטייט זיך), ציכטיק, פֿול מיט ערטער, וווּ מע קען געשמאַק עסן (אָבער מע דאַרף היטן דעם מאָגן — די רוסישע אַכילה קען זײַן זייער אַ שווערע), און די אינפֿראַסטרוקטור איז אַנטוויקלט בעסער ווי אין אַ סך מערבֿדיקע שטעט. אַ פֿאַנטאַסטישן אײַנדרוק האָט אויף מיר געמאַכט די גיכע באַן, מיט וועלכער איך בין געפֿאָרן פֿון מאָסקווע קיין פּעטערבורג. אַגבֿ, איך האָב זיך לאַנג אַרײַנגעקוקט אין דעם לאָגאָ פֿון דער רוסישער אײַזנבאַן — די סטיליזירטע רוסישע אותיות זעען אויס ווי אַ „פ‟ און אַ „ק‟. מעגלעך, אַז דער קינסטלער האָט געוואָלט פֿאַר־ייִדישן די דאָזיקע מעכטיקע מלוכישע סטרוקטור.

אָבער אויפֿן פֿאָן פֿון אָט די אַלע מעלות פֿון די שטעט, וועלכע טראָגן אויף זיך בולטע סימנים פֿון רײַכע, פֿון נאַפֿט־ און גאַז־זאַטע יאָרן, האָבן כּמעט אַלע, מיט וועמען איך האָב גערעדט, געהאַלטן אין איין זיך קלאָגן אויף די עקאָנאָמישע און אידעאָלאָגישע פּראָבלעמען. מע זאָגט, אַז די פּרײַזן זײַנען שטאַרק אויסגעוואַקסן, און מע פֿילט עס אין אַלע אַספּעקטן פֿון דער טאָג־טעגלעכקייט.

וואָס שײך דער אידעאָלאָגיע, האָט מײַן ווײַבס אַ חבֿרטע געזאָגט אַזוי: „מע בויט דאָ עפּעס לויטן מאָדעל פֿון צפֿון־קאָרעע‟. מײַן חבֿר, וואָס פֿירט הצלחהדיקע געשעפֿטן אין און מחוץ רוסלאַנד, האָט זיך צעלאַכט פֿון אָט דער באַשרײַבונג: „ס׳איז גאָר אַן אַנדער זאַך. מע דאַרף דאָך האָבן אַן אידעאָלאָגיע, כּדי צו בויען אַ מין צפֿון־קאָרעע. און דאָ איז קיין אידעאָלאָגיע ניטאָ. ס׳איז אַן אימיטאַציע פֿון עפּעס, וואָס מע פֿאַרשטייט אַפֿילו ניט פֿון וואָס‟. אַ פּעטערבורגער באַקאַנטע האָט מיר דערציילט, אַז איר טאָכטער וויל פֿאַרענדיקן די שול און גלײַך אַוועקפֿאָרן קיין דײַטשלאַנד — זיך לערנען און, בכלל, וווינען דאָרטן; און אַז אַלע פֿרײַנד פֿון דער טאָכטער רעדן נאָר וועגן פֿאַרלאָזן רוסלאַנד.

אין אַ רוסישער צײַטונג, וואָס איך האָב אין יענע טעג איבערגעלייענט, זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן ציפֿערן פֿון אַ פֿרישן אויספֿרעג. עס זעט אויס, אַז אַ ביסל ווייניקער רוסן האַלטן איצט פֿון וולאַדימיר פּוטין און פֿון דער איצטיקער מלוכישער פּאָליטיק. אָבער די שטיצע בלײַבט סײַ־ווי־סײַ זייער אַ שטאַרקע.

דער באַריידעוודיקער פּעטערבורגער טאַקסיסט, וואָס האָט מיך געפֿירט צום פֿליפֿעלד, איז געווען פֿול מיט טענות צו אַלץ, בפֿרט צו די פּרײַזן און דער קאָרופּציע. פֿריִער פֿלעגט ער אָפֿט פֿאָרן קיין פֿינלאַנד, ווי אויך אין אַנדערע לענדער. הײַנט קען ער זיך עס ניט דערלויבן. אָבער זײַן סך־הכּל איז געווען אַזאַ: „ס’איז נאָך גוט, וואָס בראָש דער מלוכה שטייט אַ קלוגער מענטש‟. הקיצור, די פּסיכאָלאָגיע פֿון דעם עולם איז פֿאַרבליבן ווי אין די אַמאָליקע צײַטן: אַלץ איז שלעכט, אָבער דער צאַר, דער קיסר איז אַ גוטער.