ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published September 16, 2015, issue of October 02, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

„דזשױנט“ אױסטראַליע רופֿט לאָקאַלע ייִדן צו העלפֿן סירישע פּליטים

דער אױסטראַלישער ביוראָ פֿון „דזשױנט‟ האָט גערופֿן אַלע אױסטראַלישע ייִדן זיך בײַצושטײַערן צו דער ייִדישער קאָאַליציע פֿאַר נױטפֿאַל־הילף און איר באַשטאַנדטײל, די ייִדישע קאָאַליציע פֿאַר סירישע פּליטים אין יאָרדאַניע, װאָס העלפֿט איצט די פּליטים אין גאַנץ מיטעלן מיזרח און אין אײראָפּע. די ייִדישע גרופּע „שטײט אױף, אױסטראַליע‟, האָט געפֿאָדערט, אַז די פֿעדעראַלע רעגירונג זאָל אָננעמען כאָטש 24,000 סירישע פּליטים.

נײַע פּאָסט־מאַרקע אין אָנדענק פֿון ראַול װאַלענבערג

אױסטראַליע װעט אַרױסלאָזן אַ נײַע פּאָסט־מאַרקע אין אָנדענק פֿון ראַול װאַלענבערג אין חודש אָקטאָבער. װאַלענבערג איז באַשטימט געװאָרן װי אױסטראַליעס ערשטער און דערװײַל איר אײנציקער ערן־בירגער אין 2013. אַמעריקע, קאַנאַדע, אונגאַרן, שװעדן, אַרגענטינע און מדינת־ישׂראל האָבן אױך פּאָסט־מאַרקעס אין אָנדענק פֿון װאַלענבערג, װאָס האָט געראַטעװעט צענדליקער טױזנטער אונגאַרישע ייִדן פֿון די נאַציס.

דאָס אונטערשטיצן גענאָציד װעט װערן אַ פֿאַרברעכן

די אױסטראַלישע רעגירונג האָט געמאָלדן, אַז עס װעט באַלד זײַן אַ פֿאַרברעכן דאָ אין לאַנד אונטערצושטיצן גענאָציד. דאָס נײַע געזעץ װערט פּלאַנירט אין ליכט פֿונעם באַשלוס פֿון פּאָליצײ אין ניו־סאַוט װײלס נישט צו אַרעסטירן אײנעם, װאָס האָט באַצײכנט די ייִדן װי אַ „באַהאַלטן שלעכטס‟. די ייִדישע קהילה-אָרגאָניזאַציעס האָבן באַגריסט דעם באַשלוס.

אַנטשולדיקונג פֿון דער אױסטראַלישער נוקלעאַרער װיסנשאַפֿט־ און טעכנאָלאָגיע־אָרגאָניזאַציע

די אױסטראַלישע נוקלעאַרע װיסנשאַפֿט־ און טעכנאָלאָגיע־אָרגאָניזאַציע האָט זיך אַנטשולדיקט, װאָס מדינת־ישׂראל האָט נישט פֿיגורירט אױף דער מאַפּע, װאָס איז געװיזן געװאָרן בײַ איר קאָנפֿערענץ אין קאַנבערע. די אױסטראַלישע רעגירונג איז געװען דער גאַסטגעבער פֿון דער קאָנפֿערענץ.

דער צװײט-לעצטער שינדלער־ייִד אין אױסטראַליע שטאַרבט צו 94 יאָר

אַהרן שטײן איז געשטאָרבן אין מעלבורן אין עלטער פֿון 94 יאָר. ער איז געבױרן געװאָרן אין לאָדזש אין 1920 און האָט זיך באַקענט מיט אָסקאַר שינדלער אין פּלאַשוּװ אין 1943. ער האָט איבערגעלעבט די מלחמה, אַ דאַנק די שינדלערס און האָט זיך אומגעקערט קײן לאָדזש בײַם סוף פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה. דאָרט האָט ער חתונה געהאַט מיט זײַן פֿרױ, אַנאַ. זײ האָבן זיך באַזעצט אין מעלבורן אין 1958. שטײן האָט איבערגעלאָזט די פֿרױ, צװײ טעכטער, אײדעמס, אײניקלעך און אור־אײניקלעך. מע מײנט, אַז דער לעצטער אױסטראַלישער שינדלער־ייִד, װאָס לעבט ביז הײַנט, איז הענריק נױפֿעלד. ער װױנט אין מעלבורן און איז איצט אַלט 95 יאָר.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.