אַ פּאַרך מיט געקרײַזלטע הערעלעך

A Baldy with a Frizzy Curlicue

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published September 18, 2015, issue of October 16, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַרגענטינער ייִדן האָט מען גערופֿן: „אַרגענטינער מאָטשאָווניקעס‟. דאָס וואָרט „מאָטשאָווניק‟, קומט פֿון פּויליש, און עס מיינט „אַלפֿאָנס‟. ס’האָט געהאַט צו טאָן מיטן פֿרויען־האַנדל. די חבֿרה בלאַטע אַלפֿאָנסן פֿלעגן פֿאַרנאַרן ייִדישע מיידלעך פֿון שטעט און שטעטלעך מיטן צוזאָג פֿון הייראַט, און זיי פֿאַרקויפֿט אין די שאַנד־הײַזער.

ס’איז אינטערעסאַנט צו דערמאָנען, אַז איידער מ’האָט אויסגעבויט אין לאָדזש אַ בית־עולם, פֿלעגט מען די מתים באַגראָבן אויפֿן זגיערזשער בית־עלמין. ביז לאָדזש האָט אויסגעבויט אַן אייגענעם בית־עלמין סוף 19טן יאָרהונדערט. ווען מען האָט באַגראָבן דאָרט דעם ערשטן מת, האָט מען זיך געזעצט אים היטן איבערנאַכט, קיינער זאָל אים, חלילה, נישט צולקחנען. אָבער די זגיערזשע חבֿרה באַגרעבער האָבן זיך פֿאָרט אַרײַנגעכאַפּט אַהין, אַרויסגעגנבֿעט דעם מת, אים באַגראָבן אויפֿן זגיערזשער בית־עולם און געפֿאָדערט אָפּצאָל מזומן געלט.

אַן ענלעכע מעשה האָט מען באַשריבן אין דער ייִדישער טאָג־צײַטנג „דער מאָמענט‟ אין 1911. אין שטעטעלע קרוטשעוו, וואָס האָט זיך געפֿונען דרײַ וויאָרסט פֿון אָטוואָצק, האָבן זיי פֿאַרמאָגט זייערס אַן אייגן בית־עולם. און כאָטש אין קרוטשעוו שטאַרבט מען זעלטן, איז דאָס געווען אַדאַנק אָטוואָצק, וואָס האָט פֿאַרמאָגט עטלעכע סאַנאַטאָריעס, און שפּיטעלער. בײַ די קרוטשעווער ייִדן איז דער בית־עולם געווען אַ טייל פֿון זייער פּרנסה, און איר זאָלט וויסן זײַן, אַז דער מלאך־המות איז בײַ די באַגרעבער געווען אַן אָנגעלייגטער גאַסט.

פּונקט ווי אַלע אַנדערע גרויסע סוחרים, האָבן די קרוטשעווער פּרנסים אָנגעשטעלט, קאָמיסיאָנערן און פֿיליעס (אין אַמעריקע רופֿט מען עס „לאַביסטס‟). זיי פֿלעגן אויסגעפֿינען, ווער ס’איז חרובֿ־קראַנק, ווער ס’האַלט בײַ גסיסה, און ווער ס’האַלט שמאָל. די סכּנה האָט זיי געדראָט מען זאָל חלילה נישט אַוועקפֿירן זייער סחורה קיין וואַרשע און צונעמען בײַ זיי די פּרנסה. דערווײַל האָט זיך געפֿונען אין קרוטשעוו אַ וואַרשעווער ייִד, אַ קאַמאַשנמאַכער מיטן נאָמען ה. בינענקאָפּ, וועלכער איז חרובֿ־קראַנק געוואָרן אויף שווינדזוכט. יענעם זונטיק איז אים געוואָרן שלעכט און פֿילנדיק אַז ער וועט נישט לאַנג אָנציִען, האָט ער געראַטן זײַן פֿרוי: „איך וויל שטאַרבן אין וואַרשע, צווישן אייגענע.‟

ווען די קרוטשעווער אַגענטן האָבן זיך דערוווּסט, אַז זייער סחורה פֿירט מען קיין וואַרשע, זײַנען זיי מיטגעפֿאָרן אין זעלביקן צוג מיט דעם מסוכּן קראַנקן, זײַן פֿרוי און שוואָגער. ווען דער צוג האָט זיך דערנעענטערט צו וואַרשע, זײַנען די אַגענטן געוואָרן אומרויִק. אָט, אָט און זיי וועלן אָנווערן זייער פּרנסה. דערווײַל האָט דער קראַנקער גענומען גוססן, און ווען דער צוג האָט זיך דערנענטערט צו דער סטאַנציע יוזעפּאָוו, זײַנען די אַגענטן צוגעלאָפֿן צום קראַנקן און גענומען שרײַען אויף זײַנע באַגלייטער: „וואָס פֿירט איר נעבעך אַזא מסוכּן קראַנקן קיין וואַרשע? איר זעט דען נישט, אַז ער שטאַרבט!‟ — און אַזוי, רעדנדיק, האָבן זיי אים מיט געוואַלד געכאַפּט, געדונגען אַ קאָטש און אים אָפּגעפֿירט צוריק קיין אָטוואָצק, וווּ ער איז גלײַך ניפֿטר געוואָרן, און פֿון דאָרט אויפֿן קרוטשעווער בית־עולם, וווּ די קרוטשעווער וועלן אים מקבר זײַן. זינט דעמאָלט אָן איז אַרומגעגאַנגען אַ ווערטל אין גאַנץ פּוילן: „זיי האָבן זיך אָפּגערעכנט אויפֿן קרוטשעווער אופֿן‟.

די מעשׂה איז טאַקע אויסטערליש אוממאָראַליש, אָבער עס זײַנען פֿאָרגעקומען אין די שטעטלעך אַלערליי סיכסוכים, נישט נאָר צום לאַכן, נאָר אויך צום וויינען. און אויב עמעצן פֿאַלט אײַן, אַז דאָס שטעטל איז באַשטאַנען פֿון לויטער צדיקים, מוז איך גלײַך צוגעבן, אַז יעדעס שטעטל האָט פֿאַרמאָגט אירע צדיקים און אירע רשעים, תּלמידי־חכמים און אָפּגעשטאַנענע חבֿרה, פֿרומע און פֿרײַע, ערלעכע ייִדן און גנבֿים, חכמים און אַנאַלפֿאַבעטן. אַזוי אַז נאָכן חורבן האָבן מיר באַצײכנט דאָס שטעטל ווי מקום־קודש, איז לאָמיר עס אַזוי איבערלאָזן און ענדיקן מיט „עם ישׂראל חי!‟