י. ל. פּרץ און זײַן הײַנטיקע סבֿיבֿה

I. L. Peretz and his Contemporary Circle

דוד מאַזאָווער ווײַזט אַ באַקאַנט בילד, אָבער מיט נײַע פּנימער
Adi Mahalel
דוד מאַזאָווער ווײַזט אַ באַקאַנט בילד, אָבער מיט נײַע פּנימער

פֿון עדי מהלאל

Published September 20, 2015, issue of October 16, 2015.

פֿונעם 7טן ביזן 10טן סעפּטעמבער איז אין פּוילן פֿאָרגעקומען די צווייטע קאָנפֿערענץ, געווידמעט דעם קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור, יצחק־לייבוש פּרץ, צו זײַן 100סטער יאָרצײַט. איר טיטל איז געווען „י. ל. פּרץ און זײַן סבֿיבֿה‟.

די ערשטע קאָנפֿערענץ, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין אַפּריל, האָט מען דורכגעפֿירט אינעם וואַרשעווער אוניווערסיטעט; די באַטייליקטע האָבן דעמאָלט אויך באַזוכט דעם וואַרשעווער ייִדישן בית־עולם. די צווייטע קאָנפֿערענץ האָט שוין געטראָגן אַן אַנדער כאַראַקטער, עפּעס אַן אַקאַדעמישע אַוואַנטורע איבער די פּוילישע שטעט און לאַנדשאַפֿטן. איז פּאַסיק דאָ געוואָרן צו באַנוצן דאָס וואָרט „סבֿיבֿה‟.

פּראָפֿעסאָר מיכאל שטײַנלאַוף בײַם לובלינער ייִדישן בית־עולם
Adi Mahalel
פּראָפֿעסאָר מיכאל שטײַנלאַוף בײַם לובלינער ייִדישן בית־עולם

אָנגעהויבן האָט זיך די קאָנפֿערענץ אין וואַרשע, אָבער דאָס מאָל בײַםמוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן — „פּולין”, וואָס איז געווען איינער פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער קאָנפֿערענץ, אין איינעם מיט אַ ריי אַנדערע אָרגאַניזאַציעס און פֿונדאַציעס. צווישן די סעסיעס איז מען געגאַנגען אויף געפֿירטע טורן איבערן מוזיי, וואָס מע ווערט פֿון אים נתפּעל, צי מע קען יאָ די געשיכטע פֿון פּוילישן ייִדנטום, צי נישט. אָט די ווירטועלע אַוואַנטורע איז בדיעבֿד געווען נאָר די הקדמה פֿאַר דער ווירקלעכער אַוואַנטורע אויף צומאָרגנס.

דינסטיק, פּונקט אַכט אַ זייגער אין דער פֿרי, זענען די באַטייליקטע שוין געווען גרייט צו פֿאָרן אין דער ריכטונג פֿון דרום־מיזרח, קיין זאַמאָשטש, פּרצעס געבוירן־שטאָט. נאָך אַ צוויי־שעהדיקער נסיעה אין די אויטאָבוסן, צוגעשטעלט פֿונעם זאַמאָשטשער בירגער־מײַסטער, זענען מיר אָנגעקומען אין דער אַלטער שטאָט, אַ טראָט פֿון פּרצעס באַוווּסטן „אַלטן מאַרק‟.

זאַמאָשטש געהערט צו דער רענעסאַנס־תּקופֿה, דעריבער פֿילט זיך אין דער אַרכיטעקטור אַ שפּור פֿון דער אָריענטאַלישער השפּעה, בפֿרט אין דער בויגנס־סטרוקטור, וואָס האָט מיר דערמאָנט אין דער ישׂראלדיקער שטאָט עכּו. דאָרט קען מען זען ראָזאַ לוקסעמבורגס „אָפֿיציעלער‟ ערשטער היים, וווּ זי האָט געוווינט ביז צוויי יאָר (אויף דער פֿאַסאַד־וואַנט פֿון דעם בנין זעט מען טאַקע אַ שילד מיט איר געשטאַלט). אָבער ראָרי קאַסעל פֿון סוואַנסי־אוניווערסיטעט אין וויילז, וואָס אַרבעט איבער לוקסעמבורגס ביאָגראַפֿיע, האָט אונדז אַרײַנגעפֿירט אין אַ הינטערשטן הויף, צוויי מינוט פֿון דאָרט, און געוויזן אַן אַנדער הויז, וואָס איז טאַקע געווען די אמתע געבורטס־היים פֿון דער „רויטער ראָזאַ‟. קאַסעל טענהט אויך, אַז פּרץ איז אַ ווײַטער קרובֿ פֿון דער דײַטשישער רעוואָלוציאָנערקע, וואָס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אין ליכט פֿונעם פֿאַקט, אַז זיי האָבן ביידע געשטאַמט פֿון דער רעלאַטיוו קליינער צאָל משׂכּילישע משפּחות אין זאַמאָשטש.

בײַ טאָג אויפֿן אַלטן מאַרק אין זאַמאָשטש
Adi Mahalel
בײַ טאָג אויפֿן אַלטן מאַרק אין זאַמאָשטש

די סעסיעס אין זאַמאָשטש האָט געעפֿנט די „פּראָפֿעסאָר עמעריטאַ‟ פֿון האַרוואַרד, רות ווײַס, אין דער שיינער שיל פֿון דער אַלטער שטאָט. אָט די שיל פֿון דעם 17טן י”ה האָט אין די לעצטע יאָרן דורכגעמאַכט אַ גרויסע רעסטאַוורירונג, און זעט איצטער אויס, מסתּמא, שענער און באַפּוצטער ווי אין פּרצעס צײַטן.

איינער פֿון די חנעוודיקסטע רעפֿעראַטן אויף דער קאָנפֿערענץ האָט אָפּגעהאַלטן דוד מאַזאָווער פֿון לאָנדאָן, וואָס האָט גערעדט וועגן דער פּאָסט־טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט פּרץ, אַש און נאָמבערג. כּדי צו אילוסטרירן דעם „טור‟־געדאַנק (זײַן רעדע האָט געטראָגן דעם טיטל „ראָקינג דאָס שטעטל‟), האָט ער אין איינעם מיט אַ חבֿר זײַנעם, איבערגעשאַפֿן די באַרימטע „ביטלז‟־אימאַזשן, אַרײַנשטעלנדיק די פּנימער פֿון די גרויסע טוערס פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור.

אויפֿן וועג צוריק קיין וואַרשע, האָט מען פֿאַרבראַכט אַ קורצע צײַט אין דער שיינער שטאָט לובלין, וואָס איז אַ פּערל פֿאַר זיך — די היימשטאָט פֿון יעקבֿ גלאַטשטיין. לובלין איז באַזונדערס פּאָפּולאַריזירט געוואָרן אין דער ייִדישער ליטעראַטור, אַ דאַנק באַשעוויסעס ראָמאַן „דער קונצן־מאַכער פֿון לובלין‟.

עס קומט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער קאָנפֿערענץ אַ גרויסער יישר־כּוח פֿאַר דער אייגנאַרטיקער אונטערנעמונג אויף אַ הויכן אַקאַדעמישן ניוואָ; דערצו מיט אַ רײַכער קולטור־פּראָגראַם. זי האָט אירע באַטייליקטע געגעבן די געלעגנהייט צו אַנטפּלעקן נײַע ערטער און צו זײַן געזעלשאַפֿטלעך אויף אַזאַ אופֿן, אַז במשך פֿון דער וואָך, איז אַפֿילו געשאַפֿן געוואָרן אַ מין ווערסיע פֿון פּרצעס מענטשנקרײַז — 2015.