יונגע ייִדן פֿילן אָן די אַלטע שילן אין וואַשינגטאָן הײַטס

Young Jews Flocking to Revived Shuls in Washington Heights

די מתפּללים פֿון „דער בית‟ עסן פֿרישטיק נאָכן מוזיקאַלישן הלל־דאַווענען אין „בית המדרש הגדול‟, חנוכּה 2014
Hart Levine
די מתפּללים פֿון „דער בית‟ עסן פֿרישטיק נאָכן מוזיקאַלישן הלל־דאַווענען אין „בית המדרש הגדול‟, חנוכּה 2014

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published September 20, 2015, issue of October 16, 2015.

יאָרן לאַנג האָט „בית המדרש הגדול‟, אַ גרויסע 98־יאָריקע אָרטאָדאָקסישע שיל אויף דער 178סטער גאַס פֿון וואַשינגטאָן הײַטס, צפֿון־מאַנהעטן, קוים צוגעצויגן אַ מנין. די 6־7 גראָ־קעפּיקע מתפּללים האָבן זיך אָבער נישט אונטערגעגעבן, ווײַטער געקומען יעדן שבת אינעם כּמעט־ליידיקן מקום־קדוש, און אַפֿילו באַצאָלט עטלעכע רוסישע ייִדן, כּדי צו העלפֿן מאַכן אַ מנין.

הײַנט, אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿון האַרט לעווין, אַ יונגער־מאַן וואָס לערנט זיך אויף רבֿ אין ישיבֿה־אוניווערסיטעט, זײַן פֿרוי יעל און אַ גרופּע וואָלונטירן, איז די שיל געוואָרן דער לאָקאַל פֿון „דער בית‟ (אַרויסגערעדט מיטן אַשכּנזישן אַרויסרייד „בייס‟) — אַן נאָוואַטאָרישע אָרטאָדאָקסישע שיל, וואָס ציט יעדן שבת צו 40־50 מענטשן, ס׳רובֿ פֿון זיי — אין די 20ער און 30ער, און מוטיקט זיי אויסצוניצן זייערע שאַפֿערישע כּוחות, כּדי צו געפֿינען אַ גײַסטיקע פֿאַרבינדונג מיט די תּפֿילות און מיט ייִדישקייט בכלל.

ראש־השנה זענען געקומען נאָענט צו 180 מתפּללים, און לויט דעם אָפּרוף פֿונעם עולם, האָט עס שטאַרק מצליח געווען. שלמה גייסין, דער זינגער פֿון דער פּאָפּולערער קאַפּעליע „זושאַ‟ איז געווען דער חזן, און אַ צווייטער מיטגליד — אַ געניטער טרומייט־שפּילער, אויסגעשולט פֿון דער אָנגעזעענער מוזיקשול „דזשוליאַרד‟ — האָט געבלאָזן שופֿר.

ווי איין פֿרוי האָט געשריבן נאָכן יום־טובֿ אין אַ בליצבריוו: „דאָס איז געווען דאָס שענסטע ראש־השנה דאַווענען, וואָס איך האָב אַ מאָל געזען. זײַענדיק מיט ׳דער בית׳ ראש־השנה איז געווען ממש ווי איך וואָלט אַרײַנגעקומען אין אַ גײַסטיקן אָאַזיס!‟

די מיטגלידער פֿון „פֿאָרט טרײַאָן דזשויִש סענטער‟ הערן די מגילה, פּורים 2014
Karen J. Greene
די מיטגלידער פֿון „פֿאָרט טרײַאָן דזשויִש סענטער‟ הערן די מגילה, פּורים 2014

אַן ענלעכע זאַך האָט מען ראש־השנה געזען אַ ביסל ווײַטער אויף צפֿון, לעבן 185סטער גאַס, בײַ אַ צווייטער אַלטער שיל, וואָס איז שיִער נישט אונטערגעגאַנגען — „פֿאָרט טרײַאָן דזשויִש סענטער‟. דאָרט האָבן די נײַע יונגע מיטגלידער פֿונעם עגאַליטאַרישן מנין אויך מיט באַגײַסטערונג אָנגעפֿירט מיטן דאַווענען. אַ 22־יאָריקע פֿרוי, וואָס וווינט אין דער געגנט בלויז איין יאָר, האָט זיך עקסטרע אויסגעלערנט ווי צו דאַווענען די ימים־נוראימדיקע מינחה־תּפֿילה בײַם עמוד, און אַ צווייטע יונגע פֿרוי, וואָס האָט זיך ערשטע געהאַט אַרײַנגעצויגן אין דער געגנט מיט דרײַ וואָכן פֿריִער, שוין געבלאָזן שופֿר פֿאַר די מתפּללים.

ביידע שילן האָבן מאָנטיק נאָך מיטאָג געפֿירט זייערע מיטגלידער צו תּשליך בײַם האָדסאָן־טײַך; בײַ אַ גרויסן טייל פֿונעם עולם איז דאָס געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס זיי באַטייליקן זיך אין דעם אַלטן מינהג.

וואַשינגטאָן הײַטס און איר שכנותדיקע געגנט אויף צפֿון — אינוווּד — מאַכט הײַנט דורך אַ געוואַלדיקע אויפֿלעבונג, אַ דאַנק די מאַסן יונגע ייִדן, וואָס האָבן זיך אַהין לעצטנס אַריבערגעצויגן. די געגנט, וואָס איז אַ מאָל געווען די היים פֿון טויזנטער דײַטשע ייִדישע פּליטים פֿונעם נאַצישן גיהנום, האָט פֿאַרלוירן אַ סך ייִדישע אײַנוווינער אין די 1960ער יאָרן צוליב דער וואַקסנדיקער צאָל פֿאַרברעכנס און נאַרקאָטיק־האַנדל אין די גאַסן. ווי אַ פּועל־יוצא האָבן אַ סך פֿון די אָרטיקע שילן זיך געשלאָסן אָדער זענען שטאַרק אָפּגעשוואַכט געוואָרן.

דאָס האָט זיך אַלץ געביטן, אָנהייבנדיק מיט 15 יאָר צוריק, נאָך דעם ווי די געגנט איז געוואָרן אַ סך זיכערער, אַ דאַנק אַן ענערגישער קאַמפּאַניע מצד דער פּאָליציי „אויסצורייניקן‟ וואַשינגטאָן־הײַטס פֿונעם קרימינעלן עלעמענט. דעמאָלט האָבן אַ סך ייִדן פֿון מאַנהעטן און אַפֿילו ברוקלין אָנגעהויבן זיך איבערציִען קיין וואַשינגטאָן הײַטס און אינוווּד. לויט אַ שטודיע פֿון דער ניו־יאָרקער ייִדישער פֿעדעראַציע פֿונעם יאָר 2011, האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין וואַשינגטאָן הײַטס־אינוווּד במשך פֿון צען יאָר געשטיגן אַזש מיט 144%, און איז הײַנט דער ייִדישער ייִשובֿ מיטן סאַמע גרעסטן וווּקס אין דער שטאָט ניו־יאָרק. אין 2002 האָבן דאָרט געוווינט 9,700 ייִדן, און אין אין 2011 — 23,700 ייִדן.

מאַרטין ענגלישער, דער דירעקטאָר פֿונעם אָרטיקן ייִדישן קהילה־צענטער, YMHA of Washington Heights and Inwood, זאָגט, אַז יענע סטאַטיסטיק איז אַליין פֿאַרעלטערט: „עס מוזן שוין וווינען דאָ צווישן 28,000 און 30,000 ייִדן, ווײַל מיר האָבן איצט 40% מער ייִדישע קינדער אין אונדזערע יוגנט־פּראָגראַמען און פֿאָרשול, ווי מיר האָבן געהאַט מיט 4 יאָר צוריק.‟

וואַשינגטאָן הײַטס אַפּעלירט הײַנט שטאַרק צו די יונגע ייִדישע פּראָפֿעסיאָנאַלן צוליב עטלעכע סיבות, האָט דערקלערט הרבֿ בען גרינבערג, אַ פּלאַניר־עקזעקוטיוו פֿון דער ייִדישער פֿעדעראַציע פֿון ניו־יאָרק. „ערשטנס, איז עס פֿאָרט אַ טייל פֿון מאַנהעטן און מע קען גיך צוקומען צום צענטער שטאָט מיט דער באַן נומער 1 אָדער A. צווייטנס, זענען די פּרײַזן פֿון דירות אַ סך נידעריקער ווי אין דער ׳אָפּער וועסט סײַד׳, פֿון וואַנען אַ סך פֿון זיי זענען געקומען.‟

אַן אַנדער סיבה פֿאַר דער גרויסער מיגראַציע, בפֿרט בײַ די פֿרומע ייִדן: אין 2006 האָט מען דאָרט אויפֿגעשטעלט אַן עירובֿ, וואָס האָט דערמעגלעכט יונגע משפּחות צו קענען פֿירן זייערע קינדער אין די וועגעלעך שבת.

„מאַונט סײַנײַ דזשויִש סענטער‟, אַן אָרטאָדאָקסישע שיל, וואָס האָט דורכגעמאַכט דעם סאַמע גרעסטן וווּקס אין דער געגנט, האָט הײַנט בערך 500 מיטגלידער, ס׳רובֿ פֿון זיי — צווישן 20 און 35 יאָר אַלט, און די יונגע מיטגלידער האָבן שוין מער־ווייניקער איבערגענומען די שיל־פֿאַרוואַלטונג. לכתּחילה האָבן האַרט און יעל לעווין דאָרט אויך געדאַוונט, אָבער ווי זאָגט מען — אַ חסרון, די כּלה איז צו שיין — האַרט האָט דערפֿילט, אַז די ריזיקע צאָל מיטגלידער איז דווקא אַ שטער.

„אין קאָלעדזש האָב איך אַ סך געאַרבעט צו פּרוּוון מקרבֿ זײַן אָפּגעפֿרעמדטע ייִדן צו ייִדישקייט, אָבער מע דאַרף האָבן אַ היימישע אַטמאָספֿער דאָס צו טאָן. ס׳איז שווער אַרײַנצוקומען אין אַ שיל מיט 400 מענטשן, ווען מע קען קיינעם נישט, און ווען עס דאַכט זיך דיר, אַז אַלע טוען זיך אָן די זעלבע און פֿירן זיך אויף די זעלבע,‟ האָט לעווין געזאָגט.

הרבֿ עזרא שוואַרץ, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון „מאַונט סײַנײַ‟, איז אַליין מסכּים. „האַרט איז געווען מײַן סטודענט אין ישיבֿה־אוניווערסיטעט; ער איז אַ טאַלאַנטירטער פֿירער, וואָס טוט אַ פּרעכטיקע אַרבעט מקרבֿ צו זײַן יונגע ייִדן. ׳מאַונט סײַנײַ׳ איז אָבער אַ סטאַנדאַרטע אָרטאָדאָקסישע שיל, איז עס מסתּמא נישט אידעאַל פֿאַר אַזאַ אַרבעט. האָב איך אים געעצהט, אַז אפֿשר קען ער אַרײַנברענגען פֿרישע כּוחות אין דער אַלטער שיל אויף 178סטער גאַס, וואָס קען נישט אַפֿילו צונויפֿזאַמלען קיין מנין.‟

האַרט און יעל האָבן זיך גערן אונטערגענומען די אַרבעט, און פֿאַר אַ יאָרן האָבן זיי געגרינדעט „דער בית‟. עטלעכע וואָכן פֿאַר ראש־השנה 2014 האָבן זיי אויפֿגעשטעלט אַ טישל אויף פֿאָרט־וואַשינגטאָן עוועניו, אויסגעטיילט עפּל מיט האָניק און פֿאַרבעטן די פֿאַרבײַגייער צו קומען ראש־השנה אויף זייער נײַעם מנין. אַ סך מענטשן האָבן אַרויסגעוויזן אינטערעס און אַהיימגענומען אַ מאַפּע, וואָס ווײַזט וווּ די שיל געפֿינט זיך. צום סוף, זענען טאַקע געקומען 120 מענטשן.

יעל לעווין פֿאַרבעט די פֿאַרבײַגייער אויף פֿאָרט־וואַשינגטאָן עוועניו צום ראש־השנה דאַווענען אין „דער בית‟
Hart Levine
יעל לעווין פֿאַרבעט די פֿאַרבײַגייער אויף פֿאָרט־וואַשינגטאָן עוועניו צום ראש־השנה דאַווענען אין „דער בית‟

„יענעם ערשטן ראש־השנה האָבן מיר געהאַט אַ וווּנדערלעך געמיש פֿון מתפּללים,‟ האָט האַרט געזאָגט. „אַ דריטל זענען געווען פֿרומע ייִדן, וואָס וואָלטן געוויינטלעך אַהיימגעפֿאָרן אויף יום־טובֿ; אַ דריטל האָבן בכלל נישט געהאַט קיין ייִדישע דערציִונג און האָבן סתּם געוואָלט אויספּרוּוון עפּעס נײַס, אָדער האָבן ליב געהאַט אַלטע בנינים; און דאָס לעצטע דריטל זענען געווען ייִדן, וואָס זענען אַראָפּ פֿון דרך — אָדער ווײַל זיי זענען אַנטוישט געוואָרן אין פֿרומקייט אָדער ווײַל זיי זענען האָמאָסעקסואַליסטן, וואָס האָבן זיך נישט געקענט געפֿינען קיין אָרט אין דער פֿרומער וועלט. איינער, אַ געוועזענער חסיד, האָט אונדז דערציילט, אַז דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל אין אַ סך יאָרן, וואָס ער איז אַרײַן אין אַ שיל ראש־השנה.‟

„דער בית‟ פּרוּווט פֿאַרזיכערן, אַז יעדער וואָס קומט אַרײַן, זאָל זיך פֿילן באַקוועם. שבת און יום־טובֿ שטעלט מען אָפּ דאָס דאַווענען פֿון צײַט צו צײַט, כּדי צו דערקלערן דעם טײַטש אָדער שטימונג פֿון אַ געוויסער תּפֿילה, אָדער אַפֿילו צו דערציילן אַ פּערזענלעכע איבערלעבונג אין שײַכות מיטן טעקסט. איין מאָל אַ חודש פֿירט מען דורך אַ שבתון, וואָס ציט צו אַזוי פֿיל מענטשן, אַז די באַטייליקטע עסן שבת מיטאָג אין פֿיר באַזונדערע דירות. „ס׳איז מער היימיש צו עסן בײַ מענטשן אין דער היים איידער אין אַ ריזיקן שיל־בנין,‟ האָט האַרט באַמערקט.

זונטיק אָוונט פֿירט מען אָפֿט דורך אַ שיעור בײַ עמעצן אין דער היים, אָבער דאָס איז אַ מין שיעור, וווּ יעדער באַטייליקטער גיט עפּעס צו. „פֿאַרן שיעור צעשיקט דער פֿירער אַ טעקסט פֿון דער סדרה אָדער גמרא אויף אַ געוויסער טעמע — לאָמיר זאָגן, טראַדיציע קעגן אינאָוואַציע — און די באַטייליקטע ברענגען צום שיעור זייער אייגענעם צוגאָב: אַ ציטאַט פֿון אַבֿרהם־יהושע העשל, אַ ליד, אַ קונסטווערק, אָדער וואָס עס פֿאַלט זיי נאָר אײַן.‟ געוויינטלעך, באַטייליקן זיך אין די שיעורים בערך 12־15 מענטשן.

מיטגלידערשאַפֿט אין „דער בית‟ קאָסט נישט קיין געלט. די הוצאָות ווערן געדעקט דורך ברייטהאַרציקע סובסידיעס פֿונעם „אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד‟, און דורך פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון דער UJA Incubator for Intentional Jewish Communities.

דער אויפֿלעב פֿונעם „פֿאָרט טרײַאָן דזשויִש סענטער‟ איז אויך ממש אַ נס. די שיל, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 1938, האָט געליטן אַ שטאַרקן קלאַפּ אין 2008, נאָך דעם ווי אַ גרונט־אונטערנעמער, וואָס האָט צוגעזאָגט צו דעקן די הוצאָות פֿון רעמאָנטירן דעם בנין, כּדי צו קריגן דאָס רעכט צו בויען אַ שכנותדיקן דירות־הויז, האָט באַנקראָטירט. דער בנין איז פֿאַרבליבן אין אַ שרעקלעכן מצבֿ מער ווי פֿינף יאָר לאַנג, בעת די שיל האָט אָנגעקלאָגט דעם אונטערנעמער אין געריכט, און די מתפּללים זענען געבליבן אָן אַ דאַך איבערן קאָפּ.

די עדה האָט געדונגען אָרט בײַ אַן אָרטיקער קאַטוילישער מיטלשול, „די מוטער קאַבריני‟, אָבער דערנאָך האָט אַ טשאַרטער־שול זיך אַרײַנגעצויגן אין בנין; האָט דער „פֿאָרט טרײַאָן דזשויִש סענטער‟ געמוזט זיך ווידער איבערקלײַבן אויף אַ נײַ אָרט. דעם פֿאַרגאַנגענעם יוני האָט זי זיך אַרײַנגעצויגן אין דער „היברו טאַבערנאַקל‟, אַ גרויסער רעפֿאָרם־טעמפּל אין שכנות, און דאָרט פֿירט זי הײַנט דורך דאָס דאַווענען, אַ תּלמוד־תּורה און אַנדערע פּראָגראַמען.

במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿינף יאָר, אונטער ראַבינער גײַ אָסטריאַנס פֿירערשאַפֿט, האָט דער „פֿאָרט טרײַאָן דזשויִש סענטער‟ דראַמאַטיש אויפֿגעלעבט, און די מיטגלידערשאַפֿט האַלט אין איין וואַקסן — צום גרויסן טייל, צוליב די אייגנאַרטיקע פּראָגראַמען וואָס די שיל פֿירט דורך, ווי, למשל, אַ קונסט־און־קולטור איניציאַטיוו, Dream Uptown, וואָס פֿאָרשט אויס די גרענעצן — סײַ פֿיזישע, סײַ גײַסטיקע — פֿון וואַשינגטאָן הײַטס. „אונדזער ציל איז צו ווײַזן, אַז דאָס ייִדישע לעבן איז נישט בלויז אַן ענין פֿון גיין אין שיל און דאַווענען,‟ האָט אָסטריאַן דערקלערט.

אין דער ערשטער פּראָגראַם פֿון דער סעריע, אין מאַרץ, האָט מען פֿאָרגעשטעלט אויסצוגן פֿון הײַנטצײַטיקע פּיעסעס, וואָס שילדערן דעם צונויפֿוועב פֿון ייִדישער און לאַטינאָ־אידענטיטעט (אַ טאָג־טעגלעכע רעאַליטעט אין וואַשינגטאָן הײַטס); אין מײַ האָבן ייִדישע און לאַטינאָ שרײַבער פֿאָרגעלייענט זייערע דערציילונגען און פּאָעזיע אין אַן אָרטיקן ביכערקראָם, און אין יוני, האָט די שיל דורכגעפֿירט אַ „מולטי־מעדיאַ‟ שפּאַציר דורך דער געגנט, וווּ די באַטייליקטע זענען, מיט דער הילף פֿון אַן „אַפּ‟ אויף זייערע מאָבילקעס, נאָכגעגאַנגען דעם עירובֿ פֿון דער געגנט בשעת זיי האָבן הנאה געהאַט פֿון דער שטאָטישער לאַנדשאַפֿט.

ווי אַ רעזולטאַט פֿון די נאָוואַטאָרישע אונטערנעמונגען, געפֿינט זיך דער „פֿאָרט טרײַאָן דזשויִש סענטער‟, וואָס האָט מיט בלויז 7 יאָר צוריק שוין ממש געגוססט, אין אַן אויסערגעוויינטלעכן מצבֿ: הײַנט האָט די שיל 130 מיטגלידער און משפּחה־מיטגלידער, און עס האַלט אין איין וואַקסן.

„ס׳רובֿ פֿון אונדזערע מיטגלידער זענען יונגע לײַט און משפּחות מיט יונגע קינדער,‟ האָט אָסטריאַן געזאָגט, און צוגעגעבן: „ס׳איז ממש אַ ברכה צו זען אַ שיל, וווּ מע פֿירט דורך מער ברית־מילה צערעמאָניעס ווי לוויות.‟