דער סעזאָן פֿון דאָנאַלד טראָמפּ

The Season of Donald Trump

דאָנאַלד טראָמפּ
Getty Images
דאָנאַלד טראָמפּ

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published September 22, 2015, issue of October 16, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

ווען מע הערט די „פֿאַקס‟־פּראָפּאַגאַנדע און די רעפּובליקאַנער קאַנדידאַטן, שאַפֿט זיך אויך אַ בילד, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן זײַנען געוואָרן אַ מין שוואַכלינג, אַז מע האָט שוין מער ניט קיין ברעקל דרך־ארץ צו אַמעריקע און, דער עיקר, מע האָט אויפֿגעהערט פֿאַר איר מורא צו האָבן. מע קען מיינען, אַז ס’איז געווען אַ סך בעסער, ווען די אַמעריקאַנער מיליטער־לײַט פֿלעגן דערהרגעט און פֿאַרוווּנדיקט ווערן ערגעץ אין איראַק צי אַפֿגאַניסטאַן. איז עס געווען אַ סימן פֿון דער אַמעריקאַנער שטאַרקייט? און וווּ שטייט עס געשריבן, אַז פֿון אַמעריקע מוז מען מורא האָבן, אַז זי האָט אַזאַ שליחות צו דינען ווי דער הויפּט־פּאָליציאַנט אין דער וועלט? פֿון אַזאַ אימאַזש איז דאָך בלויז איין טריט צום חלום וועגן אַ „שטאַרקער האַנט‟. און מיר ווייסן שוין זייער גוט, וווּהין עס פֿירן אַזעלכע חלומות.

אָבער מילא — מענטשן האָבן זיך אַליין אײַנגערעדט, צי זיי האָבן זיך אָנגעקוקט דעם „פֿאַקס‟ און גלייבן טאַקע, אַז דער מצבֿ פֿון אַמעריקע איז אַ שווערער. אין אַזאַ פֿאַל הייסט עס, אַז מע דאַרף פֿאָרלייגן אַ פּראָגראַם, ווי אַזוי אַרויסצופֿירן דאָס לאַנד פֿון דעם דאָזיקן געפֿערלעכן זומפּ. בפֿרט נאָך, אַז עס זײַנען דאָ אמתע, גאָר ניט קיין אויסגעטראַכטע פּראָבלעמען, וועלכע מע מוז לייזן. האָב איך (טאַקע ווי אַ נאַר) דערוואַרט, אַז דאָנאַלד טראָמפּ וועט דערציילן דעם עולם, וועלכע סגולות ער, דער נבֿיא, לייגט פֿאָר.

אַ נעכטיקער טאָג! קיין וואָרט וועגן דעם האָב איך ניט דערהערט פֿון אים — ניט בעת זײַן אַרויסטרעטונג אין טעקסאַס און ניט מיט צוויי טעג שפּעטער, בעת די אין־סופֿיקע דעבאַטן, וואָס מע האָט געפֿירט אונטער דער השגחה פֿון „סי־ען־ען‟. אַלץ, וואָס ער טענהט, געהערט, אין תּוך אַרײַן, צו צוויי קאַטעגאָריעס: ערשטנס, אַז ער איז אַ זעלטענער, געוואַלדיק געראָטענער און דערפֿאַרענער מענטש, אַזוי אַז אויב איר קלײַבט אים אויס, וועט ער שוין אַלע פּראָבלעמען אויססדרן אויפֿן בעסטן אופֿן. צווייטנס, אַלע איבעריקע קאַנדידאַטן זײַנען נאַראָנים, ניט־טויגער, מיאוסקייטן צי פּשוט שווינדלער.

דער פֿאַקט אַליין, אַז אַזאַ עגאָצענטריקער, דערצו אַ רײַכער, קריכט צו דער מאַכט, חידושט מיך לחלוטין ניט. עס חידושט מיך, אָבער, אַז אַזאַ גרויסער חלק פֿון דעם אַמעריקאַנער המון ווײַזט אים אַרויס אַן ענטוזיאַסטישע שטיצע. די דאָזיקע שטיצע איז זייער אַ שטאַרקער קלאַפּ פֿאַרן אימאַזש פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַ דרך־ארץ מצד אַנדערע פֿעלקער דאַרף מען דאָך פֿאַרדינען. מע באַקומט אים ניט דורך אַרויסשטעלן זיך אויף לײַטיש געלעכטער.