וואָס וויל רוסלאַנד, און וואָס וויל ישׂראל פֿון רוסלאַנד?

What do Russia, and Israel, Want?

דער רוסישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין באַגריסט דעם ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו בעת אַ זיצונג אין פּוטינס רעזידענץ לעבן מאָסקווע
Getty Images
דער רוסישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין באַגריסט דעם ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו בעת אַ זיצונג אין פּוטינס רעזידענץ לעבן מאָסקווע

פֿון עמיל קאַלין

Published September 24, 2015, issue of October 16, 2015.

רוסלאַנד שטייט מיט ביידע פֿיס אויפֿן סירישע באָדן. איצט איז דער פֿאַקט שוין באַוווּסט. די מאַסקעס זענען געפֿאַלן; נישטאָ מער קיין „מיליטערישע כּוחות‟, „רעבעלן‟, און סאָלדאַטן מיט שוואַרצע זאָקן-מאַסקעס און שאר-ירקות. רוסלאַנד, נישט געקוקט אויף אַלערליי רייד און וווּנקן, שטייט נאָך אַלץ הינטער איר לאַנג־יאָריקן אַליִיִרטן — דער אַסאַד־משפּחה.

אַצינד, אַז אַסאַדן גייט גאָר שלעכט און די פֿאַרשיידענע, און פֿאַרשינדאַרטיקע גרופּעס פֿון רעבעלן באַדראָען ערנסט זײַן מאַכט אין דמשׂק, האָט רוסלאַנד באַשלאָסן צוצושיקן אירע כּוחות, כּדי צו סטאַביליזירן דאָרט דעם מצבֿ.

ערשטנס, פֿאַרוואָס, לויט די ישׂראלדיקע קוואַלן, האָט זיך רוסלאַנד אויפֿגעוועקט פּונקט איצט? פּשוט: די רעבעלן באַדראָען די דערפֿער אויף דער מיזרח־זײַט פֿון דמשׂק און דערנענטערן זיך צו דער שטאָט אויך פֿון מערבֿ, נאָכדעם, וואָס זיי האָבן אײַנגענומען כּמעט דעם גאַנצן סירישן גולן. דערצו באַדראָען זיי מיט ראַקעטן דעם שאָסיי נומער פֿינף, וואָס ציט זיך פֿון דמשׂק, גייט אַדורך כאַמאַ און כאָמס און ענדיקט זיך אין כאַלעס. אָט די טראַנספּאָרט־אַרטעריע פֿירט אויך צו די האַפֿנס פֿון לאַטאַקיאַ און טאַרטאָס און דעם אַלאַוויטישן קאַנט.

עס קען גרײַלעך זײַן, אַז פּוטין האָט אַ טראַכט געטאָן און באַנומען: אויב רוסלאַנד וועט זיך נישט צואײַלן און זיך נישט אַרײַנמישן אינעם ראַטעווען דעם צעפֿאַלענעם רעזשים, קען זיך טרעפֿן, אַז עס וועט גאָר אין גיכן נישט בלײַבן וועמען צו ראַטעווען; דערצו קאָן רוסלאַנד פֿאַרלירן איר מיליטערישע באַזע, און צוזאַמען מיט איר — דעם שליסל צום מיטעלן מיזרח.

ווי עס שײַנט אין דעם איצטיקן מאָמענט קאָנצענטרירן זיך די רוסישע כּוחות, איבערהויפּט, אינעם באַשיצן אַסאַדס הימלען. עס איז גאָר נישט קיין געזונטע סיטואַציע, וואָס אין די געוועזענע סירישע הימלען פֿליִען אַזוי פֿיל עראָפּלאַנען פֿון אַזוי פֿיל לענדער: אַמעריקאַנער, פֿראַנצויזישע, בריטישע, טערקישע, אַראַבישע, רוסישע און מסתּמא אויך ישׂראלדיקע — מערסטנס, אויפֿן דרומדיקן שטח.

עס איז דאָ אַ גרויסער ספֿק, צי די די רוסישע מיליטערישע כּוחות וועלן האָבן דערפֿאָלג. צי האָבן זיי טאַקע בדעה אײַנצונעמען גאַנץ סיריע, אָדער איז זייער ציל צו סטאַביליזירן די שוץ־ליניעס אין לאַנד? אײַנצונעמען איז דאָך איין זאַך, און באַשיצן איז אַ צווייטע זאַך; עס וועט קאָסטן רוסלאַנד גענוג טויטע זעלנער צו האַלטן די שוץ־ליניעס, ווי עס קאָסט „כעזבאָלאַ‟ צו האַלטן די גרענעץ צווישן לבֿנון און סיריע, און די שטחים אין קאַלאַמון־בערג.

רוסלאַנד געפֿינט זיך אין אַ שווערער עקאָנאָמישער לאַגע, און די מלחמה אין סיריע וועט איר אָפּקאָסטן אַ מאַיאָנטעק. וואָס באַטײַט די רוסישע מיליטערישע אַרײַנמישונג אין סיריע פֿאַר ישׂראל?

ערשטנס, וויל ישׂראל אויסמײַדן צופֿעליקע צוזאַמענשטויסן אָדער לופֿט-שלאַכטן צווישן רוסישע און ישׂראלדיקע עראָפּלאַנען אין די סירישע און לבֿנונישע הימלען. כּדי דאָס צו טאָן, וועט באַשטימט ווערן אַ קאָמוניקאַציע־מיטל פֿאַר דעם ציל, אַ סאָרט „רויטע ליניע‟ צווישן מאָסקווע און ירושלים, ווי אין די טעג פֿון דער קאַלטער מלחמה צווישן מאָסקווע און וואַשינגטאָן.

צווייטנס, וויל ישׂראל פֿעסטשטעלן, אַז זי האָט נישט קיין ווילן און נישט קיין כּוח אָנצורירן די רוסישע אינטערעסן אין סיריע. זי איז נייטראַל אין דעם בלוטיקן קאָנפֿליקט אין סיריע און האַלט נישט אָן קיין איין צד.

דריטנס, וויל ישׂראל אָפּהאַלטן דאָס אַרײַנפֿאַלן פֿון סאָפֿיסטיצירטן געווען אין „כעזבאָלאַס‟ הענט. זי זעט ווי אַסאַדס רעזשים איז ממשיך צו פּרוּוון „אַרײַנשמוגלען‟ געווער קיין לבֿנון — מעגלעך, אַ מין סאָרט צאָל-סיסטעם צווישן איראַן און איר לבֿנונישן קנעכט-סאַטעליט פֿאַר זײַנע שווערע פֿאַרלוסטן אויף די פֿראָנטן אין סיריע.

פֿערטנס, דריקט ישׂראל אויס איר זאָרג וועגן די איראַנישע פּרוּוון צו אַטאַקירן ישׂראל דורך דער קליינער צפֿונדיקער גרענעץ, וואָס איז פֿאַרבליבן אויף אַ רפֿואה צווישן אַסאַדס כּוחות און ישׂראל. ישׂראל שטרעבט צו פֿאַרזיכערן איר צפֿונדיקע גרענעץ קעגן דעם איראַנישן טעראָר.

און אַמעריקע? אַמעריקע שלאָפֿט געשמאַק. זי וויל „אַרומרעדן‟ מיט פּוטינען ווי ווײַטער צו פֿירן דעם קאַמף קעגן דער „איסלאַמישער מדינה‟, ווי עס וואָלט נישט קלאָר געווען, אַז אָט די דאָזיקע מלחמה ליגט אים אין דער לינקער פּיאַטע. אָבאַמאַ האָט נאָך נישט באַשלאָסן ווי ער זאָל רעאַגירן. די מנהיגים אין מיטל-מיזרח האָבן עס שוין יאָ באַשלאָסן. נתניהו איז נאָך איין פֿירער אין דער לאַנגער ריי אָרטיקע פֿירערס, וואָס שלאָגן די שוועלן אין מאָסקווע, ווי די פֿירער פֿון עגיפּטן, איראַן, סאַודיע, יאָרדאַניע און סיריע.

די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז פֿאַרטאָן אין איר דורכפֿאַל קעגן דער „איסלאַמישער מדינה‟ און האָט נישט קיין צײַט פֿאַר אירע אַליִיִרטע. אַזוי אַרום ווערט די אַמאָליקע סיריע פֿאַרוואַנדלט אין אַ שאָך-ברעטל, וווּ עס „שפּילן‟ די גרויסע מאַכטן פֿון דער וועלט — אַ רעצעפּט אויף אַ גרויסן אומגליק.