ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

דערווײַל שפּילן זיך די קינדער פֿון סירישע פּליטים אין פּאַריז; צי וועט מען אַזאַ בילט זען אין גיכן אויך אין אַ וואַרשעווער פּאַרק
Getty Images
דערווײַל שפּילן זיך די קינדער פֿון סירישע פּליטים אין פּאַריז; צי וועט מען אַזאַ בילט זען אין גיכן אויך אין אַ וואַרשעווער פּאַרק

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published September 22, 2015, issue of October 16, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די וואָס שטיצן די אַראַבישע אימיגראַציע, ווייסן אָבער נישט, ווי אַזוי ס׳וועט די הײַנטיקע דראַמאַטישע דעמאָגראַפֿישע ענדערונג אין אייראָפּע משפּיע זײַן אויף די אייראָפּעער בכלל און אויף די ייִדן בפֿרט.

מיר ווייסן, אַז אין די אייראָפּעיִשע שטעט, ווי מאַלמע אָדער בריסל, וווּ די אַראַבישע באַפֿעלקערונג וואַקסט כּסדר, מאַכן מיר ייִדן, ספּעציעל די יונגע ייִדן, אַ ויברח פֿון דאָרטן.

אַגבֿ, די יונגע ייִדן פֿליִען נישט נאָר אַוועק פֿון די מערבֿ-אייראָפּעיִשע לענדער; אַ קליינער שטראָם פֿון די אַמאָליקע פּוילישע ייִדן, וואָס האָבן געמוזט פֿאַרלאָזן פּוילן בשעת דעם מלוכישן פּאָגראָם אין יאָר 1968, קומען צוריק קיין וואַרשע. די דאָזיקע פּוילישע ייִדן דערציילן אונדז, אַז מערבֿ-אייראָפּע איז געוואָרן פֿאַר די ייִדן אַן אומזיכער אָרט צוליב דער אַנטי־ייִדישער באַציִונג מצד די אַראַבישע אימיגראַנטן.

נאָך אַ זאַך. עוואַ קאָפּאַטש, די פּוילישע פּרעמיער־מינסטאָרין, האָט לעצטנס באַטאָנט, אַז פּוילן וועט אַרײַננעמען נאָר אַ סימבאָלישע צאָל אַראַבישע אימיגראַנטן. די וואַלן פֿאַרן פּוילישן פּאַרלאַמענט שטייען בײַ דער טיר, און ס’איז נישט קיין סוד, אַז דער ראָש פֿון דער אָפּאָזיציע, יאַראָסלאַוו קאַטשינסקי, שטעלט זיך קאַטעגאָריש קעגן דער אַראַבישער אימיגראַציע קיין פּוילן. לעצטנס, האָט ער דערמאָנט, אַז בײַ אונדזערע שוועדישע שכנים, וואָס האָבן יאָ אַרײַנגעלאָזט אַ גרויסע צאָל אַראַבישע אימיגראַנטן אין לאַנד, געפֿינען זיך איצט גאַנצע ראַיאָנען, וווּ מענטשן לעבן לויטן געזעץ פֿון דער איסלאַמישער שאַריע, און האָבן די געזעצן פֿון דער שוועדישער מדינה אין דר’ערד.

קאַטשינסקיס ווערטער האָבן געהאַט אַן ענטוזיאַסטישן אָפּקלאַנג בײַ דער פּוילישער באַפֿעלקערונג. פּרעמיער קאָפּאַטש ווייסט עס און נעמט מסתּמא אין באַטראַכט די נעגאַטיווע מיינונג פֿון אַ גרויסן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג בנוגע דער אַראַבישער אימיגראַציע.

עס וואָלט אפֿשר געווען כּדאי צו באַטראַכטן מיט קאָפּ,ּ צי די קליינינקע ייִדישע קהילה דאַרף זיך אַרײַנמישן אין דער אימיגראַציע־דעבאַטע.

אַ ייִדיש-קלאַס אין אַ פּוילישער שול

הײַיאָר האָבן מיר אַ חידוש אין וואַרשע: אַ ייִדיש-קלאַס אין אַ פּוילישער שול. די ייִדישע קינדער אין דער שול נומער 166 אין מיטן וואַרשע לערנען זיך ייִדיש — רעדן, לייענען און שרײַבן מאַמע־לשון. עבֿרית לערנען זיי שוין דאָס צווייטע יאָר. אין קעגנזאַץ צו דער „מורשה־שול‟, איז די שול נומער 166 אַ מלוכישע און במילא אַ בחינמדיקע. דער שׂכר-לימוד אין דער „מורשה־שול‟ איז געוואַלדיק טײַער. ייִדיש לערנט מען דאָרט נישט. ייִדיש, ווי מיר ווייסן אַלע, האָט נישט קיין מזל. אפֿשר צוליב דעם ווילן קיין שום ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אָדער יחידים שטיצן די ייִדיש־פּראָגראַם אין דער שול 166, די איינציקע ייִדישע פּראָגראַם אין אייראָפּע.