אַ נײַער טײַטש פֿון ליידי טשעטערליס צרות

New Interpretation of Lady Chatterley’s Travails

אַן עפּיזאָד פֿון דעם פֿילם „ליידי טשעטערליס געליבטער‟
BBC Pictures/Hartswood Films
אַן עפּיזאָד פֿון דעם פֿילם „ליידי טשעטערליס געליבטער‟

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published September 25, 2015, issue of October 16, 2015.

לעצטנס, האָט די „בי־בי־סי‟ מכבד געווען דעם בריטישן טעלעוויזיע־עולם (איך בין דעמאָלט געווען אין ענגלאַנד) מיט אַ נײַעם פֿילם, „ליידי טשעטערליס געליבטער‟. די בריטישע טעלעוויזיע איז גוט באַקאַנט מיט אירע דראַמעס, אין וועלכע די געשעענישן קומען פֿאָר מיט אַ יאָרהונדערט צי מער צוריק. פֿון אייניקע פֿון די דראַמעס לעקט מען די פֿינגער איבער דער גאָרער וועלט. „דאַונטאָן עבי‟ איז הײַנט, אפֿשר, די פּאָפּולערסטע פּראָדוקציע פֿון אָט דעם מין, און ליבהאָבער פֿון דער דאָזיקער געשיכטע (איך קוק זי אויך) וועלן מיט אינטערעס קוקן די לעצטע עפּיזאָדן, וואָס מע הייבט אָן ווײַזן אין גרויס־בריטאַניע דעם 20סטן סעפּטעמבער. אין אַמעריקע וועט מען דעם לעצטן סעזאָן קענען זען אָנהייב 2016.

דערווײַל, רעדט מען שוין וועגן אַן ענלעכער „קאָסטומירטער דראַמע‟, אין צענטער פֿון וועלכער וועט זײַן אַן אַנדער ענגלישע אַריסטאָקראַטישע משפּחה. די נײַע דראַמע וועט פֿאַרפֿילן די פּוסטקייט, איבערגעלאָזט נאָכן סוף פֿון דער „דאַונטאָן עבי‟־תּקופֿה. דאָס אַריסטאָקראַטישע ענגלאַנד איז, בכלל, אַ גאַנגבאַרע סחורה, אַזוי אַז ס’איז געווען לאָגיש צו פּראָדוצירן „ליידי טשעטערליס געליבטער‟, באַזירט אויף ד. ה. לאָרענסעס באַרימטן ראָמאַן, וואָס מע האָט אַ מאָל געהאַלטן פֿאַר אַ סקאַנדאַליעזן.

איך בין ניט זיכער, צי ד. ה. לאָרענסעס ראָמאַן ווערט געלייענט דורך דעם יונגן דור. ס’איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז אַ סך — צי אַפֿילו ס’רובֿ — יונגע לײַט האָבן וועגן אָט דעם ראָמאַן אַפֿילו ניט געהערט. אָנגעשריבן איז ער געווען אין יאָר 1928 און די ערשטע פֿולע אויסגאַבע זײַנע איז אַרויס אין פֿלאָרענץ, איטאַליע. אין ענגלאַנד דרוקט מען עס לעגאַל זינט 1960. אין אַנדערע לענדער האָט ער אויך באַגעגנט אַ ווידערשטאַנד מצד דער צענזור. אַפֿילו די בריטישע אויפֿלאַגע פֿון יאָר 1960 האָט אַרויסגערופֿן אַ געריכט־ענין, וואָס האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ נצחון פֿאַרן „פּענגווין‟־פֿאַרלאַג נאָר אַ דאַנק דעם פֿרישן געזעץ, וועלכער האָט דערלויבט צו דרוקן „ניבֿול־פּהיִקע‟ ווערק מיט אַ קינסטלעריש ווערט. און דער געריכט איז געקומען צום אויספֿיר, אַז „ליידי טשעטערליס געליבטער‟ געהערט בפֿירוש צו אַזאַ סאָרט ווערק.

פֿאַר די וואָס האָבן עס ניט געלייענט: דער סיפּור־המעשׂה דרייט זיך אַרום אַן אַריסטאָקראַטיש פּאָרפֿאָלק, וואָס זייער לעבן איז רויִנירט געוואָרן בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. הגם דער מאַן האָט זיך אומגעקערט אַ לעבעדיקער, איז ער אַזוי שווער פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, אַז זײַן גוף איז טיילווײַז פּאַראַליזירט. בפֿרט קען מער ניט גיין קיין רייד וועגן סעקס. און דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, וויכטיק סײַ פֿאַר זײַן יונגער פֿרוי, סײַ פֿאַר אים אַליין. דערצו וויל דער פּרוץ האָבן אַ יורש. די סעקסועל אויסגעהונגערטע פֿרוי פֿאַרפֿירט אַ ראָמאַן מיט אַ פּשוטן אַרבעטער, איינער פֿון די וואָס באַדינען זייער גוט. נאָך מער: זי פֿאַרליבט זיך אין אים. דאָס אַלץ שאַפֿט ערנסטע פּראָבלעמען, וועלכע זײַנען, אין תּוך אַרײַן, פּערזענלעכע, אָבער שטאַרק באַפֿאַרבט דורך די סאָציאַלע באַדינגונגען פֿון יענער צײַט.

הײַנט קען מען „ליידי טשעטערליס געליבטער‟ לייענען אויף רוסיש; אָבער אין „מײַנע יונגע יאָרן‟ האָב איך קיין צוטריט צום רוסישן נוסח פֿונעם ראָמאַן ניט געהאַט. קיין צוטריט האָב איך ניט געהאַט אויך צום ייִדישן נוסח, וואָס איז אַרויס אין וואַרשע אין 1939. פֿון דעסטוועגן, האָב איך דאָס ווערק יאָ געלייענט, בערך מיט 45 יאָר צוריק, אויף ענגליש.

געשען איז עס אַזוי: ענגליש האָב איך ניט געוואָלט לערנען. בײַ מיר איז געווען, ווי איך פֿאַרשטיי, אַ שוואַכע לערערקע. דערצו האָב איך זיך געפֿוילט צו אַרבעטן איבער דער פֿרעמדער שפּראַך. האָט מײַן טאַטע מיך געשיקט צו אַ לערער פֿון דער שול, וווּ ער האָט געאַרבעט. געהייסן האָט דער לערער איוואַן אַנדרייעוויטש, און אַ מענטש איז ער געווען אַ מאָדנער — אַ שטיקל עקסצענטריקער, און דווקא ניט פֿון די סימפּאַטישע. ער האָט געוווינט אין אַ קליינטשיקער דירה צוזאַמען מיט צוויי שוועסטער, ייִדישע פֿרויען, אויך לערערקעס. די ייִנגערע איז געווען זײַן „בירגערלעכע פֿרוי‟, און די עלטערע האָט אים שרעקלעך פֿײַנט געהאַט. די שוועסטער זײַנען געווען מײַן מאַמעס אַלטע חבֿרטעס, נאָך פֿון פֿאַר דער מלחמה, און די באַציִונגען מיט איוואַן אַנדרייעוויטשן זײַנען תּמיד געווען אַ טייל פֿון דעם סדר־היום פֿון יעדן באַזוך זייערן.

האָב איך אָנגעהויבן אַרײַנצוגיין צו איוואַן אַנדרייעוויטשן. קיין שפּראַך־קלאַסן זײַנען עס ניט געווען. ער האָט אַלע מאָל גערעדט וועגן פֿאַרשיידענע זאַכן — אין דער וועלט אַרײַן. אָבער פֿון יעדן באַזוך פֿלעג איך באַקומען אַ ביכל צו לייענען. תּחילת — דינינקע, דערנאָך — דיקע. און אויסגעסדרט האָט ער עס אַזוי, אַז ביסלעכווײַז האָב איך דערפֿילט דעם טעם פֿון דער שפּראַך. סוף־כּל־סוף, האָב איך געקענט לייענען קאָמפּליצירטע ליטעראַרישע טעקסטן און אַפֿילו האָבן פֿון זיי הנאה. אויף וויפֿל איך געדענק, איז „ליידי טשעטערליס געליבטער‟ געווען דער לעצטער טעקסט. איך בין שוין דעמאָלט געווען אַ יאָר צוואַנציק אַלט.

פֿון וואַנען האָט זיך דאָס בוך באַוויזן אין זײַן ביבליאָטעק, טיף אין דער אוקראַיִנישער פּראָווינץ? קיין קלאָרן ענטפֿער האָב איך ניט. אפֿשר האָט עס אים געשענקט עמעצער פֿון אויסלענדער. איך געדענק ניט, אַז דער ראָמאַן זאָל מאַכן אויף מיר אַ געוואַלדיקן אײַנדרוק. און דער נײַער פֿילם איז פּשוט אַ שוואַכער. אמת, די קריטיקער זאָגן, אַז דער פֿילם שפּיגלט ווייניק אָפּ דעם טעקסט. אפֿשר איז עס אַזוי. אין 45 יאָר אַרום איז מיר שווער עס אָפּצושאַצן; און דער פֿילם האָט בײַ מיר ניט אַרויסגערופֿן קיין חשק דעם ראָמאַן איבערצולייענען פֿון ס‘נײַ.