צי שטאַמען חסידישע מינהגים פֿון אוראַלטע שרשים?

Do Hasidic Customs Have Ancient Roots?

דער וועג צו אַן אַלטער מיקווה, אַנטדעקט נישט לאַנג צוריק בעתן בויען אַ קינדער־גאָרטן אין ירושלים.
Getty Images
דער וועג צו אַן אַלטער מיקווה, אַנטדעקט נישט לאַנג צוריק בעתן בויען אַ קינדער־גאָרטן אין ירושלים.

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published September 25, 2015, issue of October 16, 2015.

נישט לאַנג צוריק איז אין ירושלים געשען אַן אומגעריכטער אַרכעאָלאָגישער חידוש. בעת אַ רעמאָנט אין אַ געוויינטלעך מאָדערן הויז האָבן די בעלי־בתּים אַנטדעקט אַ באַהאַלטענעם אַרײַנגאַנג אונטער דער פּאָדלאָגע, וואָס פֿירט אין אַ קעלער, וווּ עס געפֿינט זיך אַן אוראַלטע גוט אָפּגעהיטע מיקווה. די אַרכעאָלאָגן האָבן באַשטעטיקט, אַז ייִדן האָבן זיך דאָרטן געטובֿלט מיט 2,000 יאָר צוריק, ווען דער בית־המיקדש איז נאָך געשטאַנען. דעם 1טן יולי, האָבן די בעלי־בתּים באַקומען אַ דאַנק־דאָקומענט פֿון דער אַנטיק־אינסטאַנץ פֿאַר זייער געפֿינס.

אין דער קליינער קינסטלעכער הייל האָבן זיך אויך אָפּגעהיט די ליימענע כּלים פֿון דער תּקופֿת־בית־שני און ברעקלעך פֿון שטיינערנע כּלים, וואָס אין יענעם פּעריאָד האָבן די ייִדישע תּושבֿים פֿון דער שטאָט ברייט גענוצט, ווײַל זיי זענען נישט מקבל־טומאה. ווי ס׳איז באַקאַנט, האָבן די ייִדן דעמאָלט געהיט די ספּעציפֿישע און קאָמפּליצירטע הלכות־טהרה, כּדי צו האָבן דאָס רעכט אַרײַנצוקומען אינעם בית־המיקדש און באַנוצן זיך מיט געוויסע אָביעקטן. ממילא, זענען די מיקוות דעמאָלט געווען מער אַקטועל, ווי הײַנט — פֿאַר פֿרויען און מענער, בפֿרט די כּהנים.

די מיקווה איז גענוג גרויס: 3.5 מעטער די לענג, 2.4 מעטער די ברייט און כּמעט צוויי מעטער די טיף. די אַרכעאָלאָגן גיבן איבער, אַז די קאָנסטרוקציע שטימט מיט די הײַנטיקע הלכות. אין דער זעלבער צײַט, אין יוני, האָט מען אַנטדעקט אַן אַנדער 2,000־יאָריקע מיקווה אין ירושלים, בעתן בויען אַ קינדער־גאָרטן. אויף די ווענט פֿון דער אַמאָליקער טבֿילה־שטוב זענען אָפּגעהיט געוואָרן מיסטעריעזע אויפֿשריפֿטן און באַצירונגען, אַרײַנגערעכנט אַ צייכענונג פֿון אַ שיפֿל, פּאַלמע־ביימער און, ווײַזט אויס, אַ מנורה. דערווײַל איז נישט קלאָר, צי די דאָזיקע סימבאָלן טראָגן אַ טיפֿן גײַסטיקן באַדײַט, אָדער זענען פּשוט אַמאָליקע מוסטערס פֿון „גראַפֿיטי‟. אַזוי צי אַזוי, זענען די געפֿינסן גאַנץ אינטערעסאַנט.

די ירושלימער אַרכעאָלאָגין עמית ראם האָט דערקלערט, אַז די ערשטע דערמאָנטע מיקווה איז באַזונדערס חידושדיק, ווײַל מע האָט זי אַנטדעקט אינעם ראַיאָן עין־כּרם, וואָס ווערט אַסאָציִיִרט מיט די פֿריִיִקסטע וואָרצלען פֿון דער קריסטלעכער רעליגיע. די קריסטן גלייבן, אַז דאָרטן איז געבוירן געוואָרן יוחנן המטביל, וועלכער האָט פֿאַרשפּרייט דעם מינהג זיך צו טובֿלען צוליב גײַסטיקע תּשובֿה־צוועקן. זיי זאָגן, אַז צווישן די געטובֿלטע איז געווען דער גרינדער פֿון קריסטנטום.

שפּעטער האָט זיך אויסגעשפּילט אַ היסטאָרישע איראָניע: הגם די קריסטן האָבן דערקלערט די טבֿילה ווי די עיקר־מיסטעריע פֿון זייער גלויבן, האָבן זיי דווקא פֿאַרלאָזט די ייִדישע וואָרצלען פֿונעם דאָזיקן מינהג. וואָס ווײַטער זענען זיי אַוועק פֿון ייִדישקייט, אַלץ מער האָט זיך זייער „טבֿילה‟ פֿאַרוואַנדלט אין בלוז אַ סימבאָלישן ריטואַל, וואָס מע קאָן דורכפֿירן בלויז דורכן באַשפּרענקען דעם מענטש מיט אַ פּאָר טראָפּנס וואַסער, און וואָס בײַ ייִדן ווערט פֿעסט אסאָציִיִרט דווקא מיט דער טומאה, עבֿודה־זרה און שמד.

דער באַרימטער ייִדישער היסטאָריקער יוסף פֿלאַוויוס, וועלכער האָט געלעבט אין דער תּקופֿת־בית־שני, דערציילט אונדז, אַז יוחנן המטביל איז געווען אַ גוטער ייִד, וועלכער האָט אײַנגעפֿירט געוויסע שיינע מינהגים, וואָס דערמאָנען גיכער אין די הײַנטיקע חסידים, וואָס טובֿלען זיך יעדן טאָג, כּדי זיך אויסצורייניקן פֿון די קליפּות און זיך דערנעענטערן צום רבונו־של־עולם.

לויט אַלע סימנים, האָט יענער לעגענדאַרער יוחנן געהערט צו די איסיים אָדער אַן אַנדער ענלעכער גרופּע מיט משיחישע און מיסטישע טענדענצן. מיט זײַנע טבֿילות האָט ער געגרייט דעם עולם צו ביאת־המשיח, דערפֿאַר האָט אים הורדוס אַנטיפּאַס, דער זון פֿונעם מלך הורדוס דעם גרויסן, דערהרגט ווי אַ סכּנותדיקן אויפֿשטענדלער. די אַרכעאָלאָגישע געפֿינסן ווײַזן קלאָר, אַז אין די משיחישע קאָמונעס פֿון די איסיים און אין דער קומראַנער קהילה האָבן די טבֿילות געשפּילט אַ גרויסע און וויכטיקע ראָלע. אין קומראַן האָט מען אַנטדעקט אַ גאַנצע ריי מיקוות.

די חז״ל דערמאָנען אַ געוויסע גרופּע ייִדן מיטן נאָמען טובֿלי־שחרית, וועלכע פֿלעגן גיין אין מיקווה יעדן אינדערפֿרי. ס׳איז טשיקאַווע, אַז געוויסע מתנגדים און משׂכּלים, וועלכע האָבן זיי אידענטיפֿיצירט מיט די איסיים, האָבן זיי אויך פֿאַרגליכן מיט די חסידים. למשל, דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער שרײַבער און ביכער־הענדלער אפֿרים דײַנאַרד, אַ געבוירענער אין לעטלאַנד, האָט אויסגעלאַכט די שיכּורע טענץ און אַנדערע „משוגענע‟ הנהגות פֿון „טובֿלי־שחרית‟ — דהײַנו, די חסידים אין רוסלאַנד און פּוילן. מיט אַ באַזונדערס טיפֿער קעגנערשאַפֿט באַציט ער זיך צו די ליובאַוויטשער און באַצייכנט זיי ווי „עכטע מיסיאָנערן‟.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז מיט אַזעלכע סאַרקאַסטישע ווערטער האָט דיינאַרד געשילדערט די חב״דניקעס אינעם יאָר 1920, לאַנג פֿאַרן הײַנטיקן ליובאַוויטשער משיחיזם, אין דער תּקופֿה פֿונעם גרויסן רבין רש״ב, שלום־דובער שניאורסאָן. נישט געקוקט אויפֿן טיף מתנגדישן טאָן, זענען זײַנע ווערק אויף העברעיִש און ייִדיש גאַנץ באַלערנדיק און דערמעגלעכן זיך פֿאָרצושטעלן דאָס לעבן פֿון אַמאָליקע חסידים, ווי אויך די באַציִונגען צווישן פֿאַרשיידענע חסידישע גרופּעס.

אַ סך חרדים, אַרײַנגערעכנט די ליטווישע מתנגדים, גייען אין מיקווה ערבֿ־שבת, פֿאַר יעדן יום־טובֿ און זיכער ערבֿ יום־כּיפּור, ווען דאָס טוען אַפֿילו די נישט חתונה־געהאַטע מיידלעך און חתונה־געהאַטע פֿרויען גלײַך נאָך זייער ווסת, הגם כּדי זיך צורירן צו זייערע מענער מוזן זיי זיך שפּעטער נאָכאַמאָל טובֿלען. בײַ די חסידישע מענער איז אָבער אָנגענומען דער מינהג זיך צו טובֿלען יעדן אינדערפֿרי.

יוחנן המטביל מיט זײַנע חסידים, לויטן דמיון פֿונעם פֿראַנצויזישן קינסטלער ניקאָלאַ פּוסען
יוחנן המטביל מיט זײַנע חסידים, לויטן דמיון פֿונעם פֿראַנצויזישן קינסטלער ניקאָלאַ פּוסען

דערצו, האָבן אַ סך באַרימטע חסידישע רבנים און רביים זיך געטובֿלט יעדעס מאָל, ווען זיי האָבן געמוזט געבן אַ האַנט צו אַ זינדיקן מענטש, זענען אַרויס אין בית־כּסא אָדער אַפֿילו געהאַט בלויז אַ צווייפֿלהאַפֿטיקן געדאַנק. די כּסדרדיקע טבֿילות האָבן בײַ זיי אויך געדינט ווי נייטיקע צוגרייטונגען צו תּפֿילות און מיצוות. אַזעלכע פּערזענלעכע טראַדיציעס טרעפֿן זיך נאָך אַלץ גענוג אָפֿט צווישן די חסידישע מנהיגים. וואָס שייך ערבֿ יום־כּיפּור, איז בײַ אַלע חסידים ברייט פֿאַרשפּרייט דער מינהג צו גיין אין מיקווה דרײַ מאָל — פֿאַרן שחרית, נאָכמיטאָג און פֿאַר דער סעודה־המפֿסקת. ס׳איז אויך אינטערעסאַנט, אַז הגם אינעם הייליקן יום־הדין טובֿלט מען זיך דווקא נישט, ווערט יום־כּיפּור באַטראַכט ווי אַ געטלעכע גײַסטיקע מיקווה, וואָס קאָן אָפּוואַשן אַלע עבֿירות.

אין די קלאַסישע קבלה־ספֿרים ווערן געבראַכט זייער דעטאַליזירטע און קאָמפּליצירטע כּוונות־המיקווה, וואָס די חסידים האָבן אַנטוויקלט ווײַטער. על־פּי חסידות, קאָן עצבֿות פֿאַרשטאָפּן דאָס האַרץ ערגער, ווי די גרעסטע עבֿירה; להיפּוך, איז די טבֿילה מסוגל צו ברענגען מער קדושה, ווי וועלכע־ניט־איז „אָפֿיציעלע‟ מיצווה. דער רבי נחמן בראַצלעווער האָט געזאָגט, אַז די מיקווה קאָן ראַטעווען פֿון אַלע צרות. עס זענען באַקאַנט אומצאָליקע חסידישע מעשׂיות וועגן גרויסע צדיקים, אַרײַנגערעכנט דעם באַרימטן ריבניצער רבין, חיים־זאַנוול אַבראַמאָוויטש, וואָס האָבן פֿאַרבראַכט אַן איבערנאַטירלעך לאַנגע צײַט אין אַ געפֿערלעך קאַלטער אײַזלאָך, כּדי נישט פֿאַרפֿעלן די הייליקע טבֿילה אַפֿילו אין די עקסטרעמסטע סיטואַציעס, אָדער כּדי זיך טובֿלען במסירת־נפֿש און אין אַ געוויס באַשטימט אָרט.

מע דערציילט, אַז דער מעזשריטשער מגיד האָט נישט געטאָרט זיך טובֿלען צוליב אַ געוויסער פֿיס־קרענק. זײַן גרויסער רבי, דער הייליקער בעל־שם־טובֿ, האָט זיך באַקלאָגט, אַז ווען דער מגיד וואָלט אַרײַן אין דער מיקווה, וואָלט ער זיכער געבראַכט משיח. ווען דער מעזשריטשער רבי איז ניפֿטר געוואָרן, האָבן די תּלמידים אים צוגעטראָגן צו אַ מיקווה און געוואָלט אים כאָטש נאָכן טויט אַרײַנטוקן; דער מת איז פּלוצעם אויפֿגעשטאַנען און האָט עס אַליין געטאָן.

דערפֿאַר איז נישט קיין חידוש, אַז דער דערמאָנטער אוראַלטער פּערסאָנאַזש, יוחנן המטביל, האָט זיך אַקטיוו פֿאַרנומען מיטן דאָזיקן ענין. מסתּמא, האָבן מיט 2,000 יאָר צוריק די מיקוות אין ירושלים אויך געדינט נישט בלויז פֿאַר טעכנישע ריטואַלע צוועקן, נאָר אויך געקאָנט האָבן אַ מיסטישן און משיחישן טעם. אַדרבה, ס׳איז אַ שאָד, אַז די הײַנטיקע קריסטן באַטראַכטן די אַמאָליקע ייִדישע תּפֿילה־באַוועגונגען ווי, כּלומרשט, אַ חידוש פֿון זייער גלויבן. צום באַדויערן, ווי עס טרעפֿט זיך אין דער געשיכטע פֿון משיחישע באַוועגונגען, איז אויפֿן סמך פֿון די אַמאָליקע מאַסן־טבֿילות לשם־תּשובֿה אויפֿגעקומען אין רוים אַ גאַנצע פֿרעמדע סיסטעם פֿון גלייבונגען.

אַזוי צי אַזוי, וואָלט געווען אינטערעסאַנט צו באַשטעטיקן דעם היסטאָרישן המשך צווישן די אוראַלטע „טובֿלי־שחרית‟ און די הײַנטיקע חסידים. צום בײַשפּיל, שרײַבט רבי יצחק אבן־לטיף, דער באַקאַנטער ספֿרדישער פֿילאָסאָף פֿונעם 13טן יאָרהונדערט, אין זײַן ספֿר „רבֿ פּעלים‟, אַז דאָס טובֿלען זיך אין אַ נאַטירלעכן קוואַל, בפֿרט אַן אויספֿלוס פֿון אַ טײַך, איז מסוגל צו נבֿיאישע השׂגות. דאָס שטימט סײַ מיט די דערציילונג וועגן דעם לעגענדאַרן יוחנן המטביל, סײַ מיט די חסידישע מעשׂיות וועגן די צדיקים, וואָס האָבן זיך געטובֿלט אין ספּעציפֿישע טײַכן און אָזערעס. עס קאָן זײַן, אַז די פֿאָרשונגען פֿון אוראַלטע מיקוות וועלן העלפֿן צו וואַרפֿן אַ שײַן אויף די דאָזיקע היסטאָרישע פֿאַרבינדונגען.