וואָס ציט באַרימטע נישט־ייִדן קיין ישׂראל?

Why Are Non-Jewish Celebrities Buying Real Estate in Israel?

קאַניע וועסט (לינקס) און קים קאַרדאַשיאַן בעת דער באַלוינונג־צערעמאָניע אין לאָס־אַנדזשעלעס, דעם 30סטן אויגוסט.
Getty Images
קאַניע וועסט (לינקס) און קים קאַרדאַשיאַן בעת דער באַלוינונג־צערעמאָניע אין לאָס־אַנדזשעלעס, דעם 30סטן אויגוסט.

פֿון רונן שנײַדמאַן (ייִט״אַ)

Published October 02, 2015, issue of October 30, 2015.

דער באַרימטער אַמעריקאַנער „רעפּ‟־זינגער קאַניי וועסט, וועלכער האָט אין אויגוסט פֿאָרגעלייגט זײַן קאַנדידאַטור פֿאַר די פּרעזידענט־וואַלן אינעם יאָר 2020, איז מיטוואָך, דעם 30סטן סעפּטעמבער, אויפֿגעטראָטן מיט אַ קאָנצערט אין ישׂראל. ס׳זעט אויס, אַז הײַיאָר האָט ער געמוזט שלאָפֿן אין אַ האָטעל. אין דער צוקונפֿט וועט ער אָבער, מעגלעך, קויפֿן דאָרטן אַן אייגן הויז.

וועסט איז אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער. זײַן פֿרוי, קים קאַרדאַשיאַן, שטאַמט פֿון די אַרמענער, האָלענדער און אירלענדער. קיין ייִדישע וואָרצלען האָט דאָס פּאָרפֿאָלק נישט. מע גיט אָבער איבער, אַז קאַרדאַשיאַן קלײַבט זיך איצט צו קויפֿן צוויי דירות אין תּל־אָבֿיבֿ, גלײַך בײַם ים, אויף דער אַלגעמיינער סומע פֿון 30 מיליאָן דאָלאַר. די אַקטריסע איז ווײַט נישט די איינציקע פּאָפּולערע נישט־ייִדישע פּערזענלעכקייט, וואָס וויל האָבן אַן אייגן אָרט אינעם הייליקן לאַנד. מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט מען איבערגעגעבן, אַז די זינגערין מאַדאָנאַ זוכט אויך אַ טײַערע דירה אינעם סאַמע צענטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ; דער אַקטיאָר אַשטאָן קאָטשער מיט זײַן ייִדישער פֿרוי, מילאַ קוניס, באַטראַכטן דעם זעלבן פּלאַן; אַן אַנדער באַקאַנטע זינגערין, מערײַאַ קערי, וווינט מיט אַ ייִדישן גבֿיר, וועלכער האָט שוין אַ הויז גלײַך לעבן בנימין נתניהוס משפּחה־רעזידענץ אין קיסריה.

קאַרדאַשיאָנס וואָרטזאָגער האָט אָפּגעלייקנט די קלאַנגען, אָבער מע גיט איבער, אַז דער מאַן פֿון איר שוועסטער קאָרטני, סקאָט דיסיק, איז געווען גרייט צו קויפֿן אַ שיינעם „פּענטהאַוז‟ פֿאַר 5—6 מיליאָן דאָלאַר אין תּל־אָבֿיבֿ, ווי אַ טייל פֿון זײַנע געשעפֿט־אינוועסטיציעס. מאַדאָנאַ האָט הײַיאָר אָנגעהויבן פֿאַרהאַנדלונגען וועגן אַן אַנדער „פּענטהאַוז‟, וואָס געפֿינט זיך אין דער זעלבער שטאָט און קאָסט נאָך טײַערער — 20 מיליאָן. דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם הויז־פּראָיעקט האָט אָבער איבערגעגעבן, אַז די פֿאַרהאַנדלונגען זענען דורכגעפֿאַלן.

פֿונדעסטוועגן, קומט מאַדאָנאַ כּסדר קיין ישׂראל צוליב איר גרויסן אינטערעס צו קבלה. אינעם יאָר 2005 האָט זי רעקאָרדירט איר זינגען אויף לשון־קודש דעם תּימנער פּיוט „אם ננעלו‟, וועלכער איז באַרימט געוואָרן אַ דאַנק עפֿרה חזה — די באַרימטע ישׂראלדיקע זינגערין, וועלכע האָט געשטאַמט פֿון תּימן און פּאָפּולאַריזירט אַ סך מיזרחדיקע ייִדישע ניגונים.

אַשטאָן קאָטשער אינטערעסירט זיך אויך גאַנץ אַקטיוו מיט קבלה. ער האָט ספּעציעל באַזוכט ישׂראל, כּדי זיך צו טרעפֿן מיט מקובלים, צו פֿרעגן בײַ זיי עצות וועגן זײַן חתונה מיט דער אוקראַיִניש־געבוירענער מילאַ קוניס, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אין יולי, און צו באַזוכן די לוויה פֿון זײַן רבין פֿיליפּ בערג פֿונעם לאָס־אַנדזשעלעסער „קבלה־צענטער‟.

קעריס געליבטער, דער אויסטראַלישער מיליאַרדער דזשיימס פּעקער, חבֿרט זיך מיט דער משפּחה פֿונעם ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער. נישט לאַנג צוריק, בעת איר קאָנצערט אין ישׂראל, האָט די פּאָפּולערע זינגערין זיך באַקענט מיטן פּרעמיערס ווײַב, שׂרה נתניהו.

וואָס ציט אַזעלכע באַרימטע נישט־ייִדישע פּערזענלעכקייט קיין ישׂראל? קבלה, הײַזער־געשעפֿטן, משפּחה־פֿאַרבינדונגען, צי עפּעס אַנדערש? די עיקר־סיבות פֿון דער דאָזיקער חידושדיקער טענדענץ בלײַבט נישט קלאָר. אַזוי צי אַזוי, ווען קאַניי וועסט וועט אָנהייבן זײַן פּרעזידענט־קאַמפּאַניע אין עטלעכע יאָר אַרום, קאָן ער פֿאַררעכענען צווישן זײַנע מעלות די דירעקטע באַקאַנטשאַפֿט מיטן מיטל־מיזרח.