ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published October 07, 2015, issue of October 30, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

רבנים רופֿן זיך אָפּ אויף די טעראָריסטישע אַטאַקן אין שומרון און ירושלים

עטלעכע מאָסקווער רבנים האָבן זיך אָפּגערופֿן אויף די טעראָריסטישע אַטאַקן אין שומרון און ירושלים. אין דער ווענדונג פֿון בערל לאַזאַר, דער הויפּט־רבֿ פֿון רוסלענדישן חב״ד שטייט: „מיר ברענגען אַרויס אונדזער מיטלייד די משפּחות פֿון די געהרגעטע און דאַווענען, אַז גאָט זאָל זיי שיקן נחמה און נקמה צו נעמען פֿאַרן בלוט פֿון די קרבנות; ער זאָל אויך ראַטעווען די פֿאַרוווּנדעטע. אַנומלט האָט די וועלט געפֿילט די סכּנה, באַזונדערס, וואָס קומט אַרויס פֿון דער אָרגאַניזאַציע ׳איסלאַמישע מלוכה׳. זאָל די וועלט פֿאַרשטיין, אַז ס’איז נייטיק צו באַקעמפֿן דעם טעראָר ביז זײַן אַבסאָלוטער פֿאַרטיליקונג‟.

סעמינאַרן פֿאַר די קרבנות פֿון נאַציזם

אין פּסקאָוו און פּעטראָזאַוואָדסק, אויף צפֿון־מערבֿ רוסלאַנד, זענען פֿאָרגעקומען סעמינאַרן אויף דער טעמע „דאָס אָרט פֿון באַגעגעניש: דיאַלאָג‟, געווידמעטע די קרבנות פֿון נאַציזם. ס’איז געווען אַ קאָנפֿערענץ פֿון וווילטעטיקע אָרגאַניזאַציעס, וואָס העלפֿן די אַלטע לײַט, און אַ פּראָגראַם ספּעציעל פֿאַר די לעבן־געבליבענע געוועזענע קאַצעטניקעס.

קאַלוגע: אויפֿגעשטעלט די אַלטע שיל

אין קאַלוגע, אַ קליינע שטאָט 200 קילאָמעטער פֿון מאָסקווע, גרייט מען זיך צו דער עפֿענונג־צערעמאָניע פֿון אַ נײַער שיל און אַ קהילה־צענטער. דער צענטער און די רענאָווירונג פֿון דער שיל איז געשטיצט פֿון דעם רוסלענדישן חב״ד. אין דער צערעמאָניע וועלן אָנטייל נעמען דער חב״ד־הויפּט־רבֿ בערל לאַזאַר און דער גובערנאַטאָר פֿון קאַלוגער געגנט. דער בנין פֿון דער שיל איז אויפֿגעבויט געוואָרן אין 1912־1913, און האָט געהערט צו דער ייִדישער קהילה; אָבער נאָך דער רעוואָלוציע איז ער נאַציאָנאַליזירט געוואָרן. דאָרטן האָט זיך געפֿונען אַ קלוב און אַ קונסט־שול. אין 2013 האָט די מלוכה אומגעקערט די געבײַדע דער קהילה. אַחוץ דער שיל, געפֿינען זיך דאָרטן אַ זונטיק־שול פֿאַר ייִדישע קינדער, אַ וווילטעטיקער צענטער פֿאַר עלטערע ייִדן, אַ כּשרער רעסטאָראַן און אַ ביבליאָטעק.