ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published October 13, 2015, issue of October 30, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַ קאָנצערט אין וואַרשעווער ייִדישן מוזיי

פֿון איין מוזיי צום צווייטן. דער ייִדישער מוזיי אין וואַרשע מערקט אָפּ אַ יאָר זינט זײַן עפֿענונג. לכּבֿוד אָט דעם יום־טובֿ, אָרגאַניזירט דער מוזיי כּל־המינים קאָנצערטן און פֿאָרשטעלונגען.

דער באַרימטער פּוילישער אַקטיאָר ראָבערט וויענצקעוויטש לייענט פֿאַרן עולם פֿראַנץ קאַפֿקאַס דערציילונג „מעטאַמאָרפֿאָזעס‟ — די סימבאָלישע מעשׂה פֿון אַ מענטשן, וואָס שטייט אויף אין דער פֿרי און באַמערקט, אַז ער איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ זשוק.

צוויי יונגע, אָבער פֿון דעסטוועגן, וועלט־באַרימטע מוזיקער, פֿאַרווײַלן דעם עולם לכּבֿוד דעם מוזעאַלן יום־טובֿ. אַבֿי אַבֿיטל (אַוויטאַל), איינער פֿון די גרעסטע מאַנדאָלינע־שפּילער אויף דער וועלט סאָלירט, באַגלייט פֿונעם קאַמעראַלן אָרקעסטער פֿון ראַדיאָ וואַרשע, ווערק פֿון וויוואַלדי און גיל אלדמע (אלדעמאַ). אלדמעס מעלאָדיע הייסט „חסידיש‟, און עס גיט צו דעם ייִדישן קנייטש צום קאָנצערט. דער צווייטער יונגער ישׂראלדיקער מוזיקער, וואָס דער מוזיי האָט אײַנגעלאַדן, איז דער טראָמפּייטיסט אַבֿישי כּהן, וואָס דער „ניו־יאָרק טיימס‟ פֿאַרגלײַכט מיטן גרויסן מײַלס דייוויס.

אַגבֿ, דער אָוונט אַליין הייסט .MADE IN POLIN „פּולין‟ איז נישט נאָר פּוילן אויף העברעיִש, ס’איז אויך דער אָפֿיציעלער נאָמען פֿונעם מוזיי. „מייד אין פּולין‟ קען מען דערפֿאַר פֿאַרשטיין ווי קולטורעלע פּראָדוקטן פֿונעם ייִדישן מוזיי אין וואַרשע.

דער מוזיי האָט באַשלאָסן צו געבן אַ יערלעכן פּריז פֿאַר יחידים אָדער אינסטיטוציעס, וואָס באַהיטן און באַשיצן דעם אָנדענק פֿון די פּוילישע ייִדן. הײַיאָר באַקומט דעם פּריז דער לובלינער טעאַטער „שטאָט טויער — טעאַטער ען ען‟, וואָס געפֿינט זיך טאַקע אין דער לובלינער אַלט־שטאָט ממש לעבן דעם שטאָט־טויער. דער טעאַטער פֿירט אויף פּיעסעס מיט אַ ייִדישער טעמאַטיק און איז שוין זינט עטלעכע יאָרן אַ חשובֿער טייל פֿון דער לובלינער קולטורעלער סבֿיבֿה.

„פֿאָלקס־אוניווערסיטעט‟ בײַ דער שלום־פֿונדאַציע

דאָס שול־יאָר הייבט זיך אָן און דאָס מיינט, אַז דער „פֿאָלקס־אוניווערסיטעט‟ בײַ דער שלום־פֿונדאַציע הייבט אויך אָן זײַן אַקאַדעמיש יאָר. עבֿרית און ייִדיש לערנט דער אוניווערסיטעט, וואָס ווערט געשטיצט פֿון דער שטאָט וואַרשע, בחינם. ווער עס לערנט זיך עבֿרית און ייִדיש? אַ טייל זענען פּאָליאַקן, וואָס האָבן עפּעס אַ שײַכות מיטן ייִדישן פֿאָלק. דער זיידע אָדער די באָבע זענען געווען ייִדן. אַנדערע האָבן געהערט אַזוי פֿיל וועגן די ייִדן און דער ייִדישער קולטור, אַז זיי ווילן זיך באַקענען מיט זיי. עס זענען דאָ אַזעלכע, וואָס האָבן חלשות ליב די ייִדישע מוזיק און פֿאָלקס־לידער. אַגבֿ, חוץ שפּראַך און ליטעראַטור, קענען די סטודענטן זיך באַטייליקן אין וואַרשטאַטן פֿון טאַנץ און געזאַנג. די סטודענטן (ס׳רובֿ סטודענטקעס) האָבן, למשל, שטאַרק הנאה פֿון די ישׂראלדיקע פֿאָלקס־טענץ.