אַ פֿילם וועגן אָסיפּ מאַנדעלשטאַם

Documentary About Osip Mandelshtam

אַ קאַדער פֿון ראָמאַן ליבעראָווס פֿילם וועגן אָסיפּ מאַנדעלשטאַם און אַ תּפֿיסה־פֿאָטאָגראַפֿיע פֿונעם פּאָעט
אַ קאַדער פֿון ראָמאַן ליבעראָווס פֿילם וועגן אָסיפּ מאַנדעלשטאַם און אַ תּפֿיסה־פֿאָטאָגראַפֿיע פֿונעם פּאָעט

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 14, 2015, issue of October 30, 2015.

דעם 14טן אָקטאָבער וועט אינעם פּעטערבורגער קינאָ־טעאַטער „אַווראָראַ‟ פֿאָרקומען די פּרעמיערע פֿון ראָמאַן ליבעראָווס פֿילם וועגן דעם גרויסן רוסישן פּאָעט אָסיפּ מאַנדעלשטאַם. די אַרבעט איבערן פֿילם, וואָס טראָגט דעם נאָמען „היט אָפּ מײַנע רייד אויף אייביק‟, האָט געדויערט 2.5 יאָר און איז אָנגעגאַנגען אין אַטען, פּאַריז, רוים, בערלין, הײַדעלבערג, וואָראָניעזש, וולאַדיוואָסטאָק, מאָסקווע, טווער און פּעטערבורג, וווּ מאַנדעלשטאַם איז דערצויגן געוואָרן און געוווינט במשך פֿון אַ סך יאָר.

ליבעראָוו האָט שוין געשאַפֿן אַ ריי דאָקומענטאַלע פֿילמען וועגן באַרימטע רוסישע שרײַבער און פּאָעטן, אַרײַנגערעכנט יוסף בראָדסקי — אַן אַנדער באַרימטער פּעטערבורגער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע דאָקומענטאַרן, באַנוצט זיך דער דאָזיקער רעזשיסאָר מיט אַ גאַנצער ריי אויסדרוק־מיטלען, פֿון אַנימאַציע און קאָמפּיוטערישער גראַפֿיק ביז מאָדערנע מוזיקאַלישע זשאַנערס. אַ טייל סצענעס אינעם נײַעם פֿילם ווערן אויך געשפּילט מיט ליאַלקעס, און נאָך די ווערטער פֿון מאַנדעלשטאַמס טיף־פֿילאָסאָפֿישע לידער הייבט זיך אָן „רעפּ‟־מוזיק פֿון איוואַן אַלעקסעיעוו. ליבעראָוו גלייבט, אַז אַזאַ מאָדערנער געמיש איז אַ געראָטענע המצאה, הגם דער העלד פֿונעם פֿילם האָט געלעבט אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.

מאַנדעלשטאַם איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע, אינעם יאָר 1891. זײַן טאַטע, יחזקאל מאַנדעלשטאַם, איז געווען אַ סוחר פֿון דער ערשטער גילדיע, דערפֿאַר האָט ער געמעגט וווינען מחוץ דעם תּחום־המושבֿ. זײַן מאַמע, פֿלאָראַ ווערבלאָווסקאַיאַ, איז געווען אַן אַסימילירטע רוסיש־רעדנדיקע מוזיקערין. די משפּחה האָט זיך באַזעצט אין פּעטערבורג אינעם יאָר 1897. אינעם יאָר 1910 האָט מאַנדעלשטאַם אָנגעהויבן פּובליקירן זײַנע לידער. במשך פֿון זײַן קורץ לעבן, איז ער אויסגעווען די וועלט און דערמאָנט אין זײַנע ווערק אַ גאַנצע ריי לענדער. אינעם יאָר 1933 האָט ער אָנגעשריבן אַ שאַרף קריטיש ליד קעגן סטאַלין; אין עטלעכע חדשים אַרום האָט מען אים צוליב דעם פֿאַרשיקט אין דער שטאָט וואָראָניעזש און דערנאָך אײַנגעזעצט אין סטאַלינס לאַגערן, וווּ ער איז געשטאָרבן אינעם יאָר 1938.

אַ סך קריטיקער, אַרײַנגערעכנט דעם רעזשיסאָר פֿונעם נײַעם דאָקומענטאַר, האַלטן מאַנדעלשטאַמען פֿאַרן גרעסטן רוסישן פּאָעט. הגם אין זײַנע לידער רירט ער זעלטן אָן ייִדישע טעמעס און האָט זיך פֿאָרמעל געשמדט, כּדי אָנגעשלאָסן צו ווערן אינעם פּעטערבורגער אוניווערסיטעט, דערמאָנט ער אין זײַנע זכרונות אינטערעסאַנטע פֿאַקטן וועגן דער ייִדישער קולטור, מיט וועלכער ער איז געווען אַרומגערינגלט אין זײַן יוגנט. ייִדיש שילדערט ער ווי „די זינגעוודיקע רייד, אַלעמאָל פֿאַרחידושט און אַנטוישט, מיטן פֿרעגנדיקן טאָן און שאַרפֿן טראָפּ‟. זײַן טאַטנס קורלענדישן מערבֿדיקן דיאַלעקט — האַלב ייִדיש, האַלב דײַטש — האָט ער אויפֿגענומען ווי אַן „אינגאַנצן אויסגעטראַכטע, קינסטלעכע שפּראַך‟.

פֿון דער אַנדערער זײַט, זענען אַ טייל פֿון מאַנדעלשטאַמס לידער איבערגעזעצט געוואָרן אויף ייִדיש: דורך מרכדי ליטווין, אַהרן ווערגעליס און אונדזער קאָלעגע יואל מאַטוועיעוו. די זכרונות פֿונעם פּאָעט וועגן דעם ייִדישן לעבן אינעם אַמאָליקן פּעטערבורג רופֿן אויך אַרויס אַ גרויסן אינטערעס מצד די היסטאָריקער און ליטעראַטור־קריטיקער, וועלכע באַמערקן אין מאַנדעלשטאַמס ווערק געוויסע שפּורן פֿון ליטוויש־ייִדישער השפּעה.