אַ וואָך נאָכן אויסברוך פֿון מעסער-טעראָריזם

A Week After the Outbreak of Knife Terrorism

וואָלונטירן פֿון ז״קא און זיכערהייטס־כּוחות דינסטיק, דעם 13טן אָקטאָבער, נאָך דעם טעראָר־אַטאַק אויף דער אויטאָבוס־סטאַנציע אין ירושלים
Getty Images
וואָלונטירן פֿון ז״קא און זיכערהייטס־כּוחות דינסטיק, דעם 13טן אָקטאָבער, נאָך דעם טעראָר־אַטאַק אויף דער אויטאָבוס־סטאַנציע אין ירושלים

פֿון עמיל קאַלין

Published October 15, 2015, issue of October 30, 2015.

גייענדיק אויף די תּל-אָבֿיבֿער גאַסן שפּירט מען זייער ווייניק דעם גערוך פֿון פּולווער, וואָס פֿאַרשפּרייט זיך אין דעם לאַנד די לעצטע וואָכן. מע איז בײַ אונדז, אין ישׂראל, נוהג זיך באַציִען צו דער שטאָט, ווי צו „אַן אַנדער מדינה‟, אָבער דער אַראַבישער טעראָר גייט כּסדר אָן, און יעדעס מאָל, וואָס די שפּאַנונג שטײַגט, קומט אויך תּל-אָבֿיבֿס ריי.

אַ „ייִדישער אויטאָבוס‟ איז אַטאַקירט געוואָרן מיט שטיינער אויף אַ הויפּט־גאַס אין יפֿו; און אַ טעראָריסט איז אָנגעפֿאַלן מיט אַ מעסער, און פֿאַרוווּנדעט פֿיר מענטשן אויף זייער אַ צענטראַלער אַרטעריע, נישט ווײַט פֿון דער מיליטערישער באַזע „הקריה‟, דאָס „קלאַפּנדיקע האַרץ‟ פֿון צה״ל.

די אײַנוווינער זענען שוין צוגעוווינט צו דעם, אַז אויב דער אַטענטאַט האָט נישט געקאָסט קיין מענטשלעכע לעבנס, ווערט ער תּיכּף פֿאַרגעסן. דאָס לעבן אין שטאָט מוז אָנגייען ווײַטער, ווי קיינמאָל גאָרנישט. דאָס קען אויסזען ווי האַרצלאָזיקייט אָדער גלײַכגילטיקייט, נאָר אין דער אמתן איז עס אַ פּאַנצער, אַ מין רויִקייט, וואָס אַ ישׂראלי מוז אָפֿט אָנטאָן אויף זיך, כּדי צו זײַן מסוגל איבערצולעבן די שווערע צײַטן.

אין יפֿו איז מען שוין צוגעוווינט צו לעבן אויף אַזאַ אופֿן: דער טראַפֿיק פֿון די קונים אין די קלייטן איז די פֿאַרגאַנגענע וואָך געווען פֿיל שוואַכער ווי געוויינטלעך, און די סוחרים, נישט דערוואַרטנדיק אויף עפּעס אַנדערש, האָבן פֿאַרמאַכט די קלייטן פֿרי. אי די ייִדן, אי די אַראַבער האָבן אויסגעדרוקט זייער האָפֿענונג, אַז דאָס לעבן וועט זיך, סוף־כּל־סוף, אומקערן צום גלײַכן וועג, ווײַל אַלע פֿאַרשטייען, אַז מע לעבט האַנט בײַ האַנט, און אַזוי וועט מען לעבן אויך ווײַטער.

די אַראַבישע תּושבֿים טענהן, אַז „אַל-אַקצאַ‟ איז נאָר אַ תּירוץ, דער עיקר, באַקלאָגן זיי זיך אויף דעם צושטאַנד פֿון זייערע גאַסן, ענגשאַפֿט, מאַנגל אין דירות, צו הויכע פּרײַזן און פֿולגעפּאַקטע קינדער־גערטנער און שולן.

צוריק גערעדט, די אייגענע טענות לאָזן זיך שטענדיק הערן אויך צווישן די ייִדן — מאַנגל אין די דירות און משוגענע הויכע פּרײַזן זענען צווישן די אייביקע תּל-אָבֿיבֿער אָנשיקענישן; נאָר די ייִדן האַלטן נישט, אַז דאָ האַנדלט זיך אין דיסקרימינאַציע. יעדנפֿאַלס, די אויסגעפֿרעגטע אַראַבער האַלטן, אַז דאָס נישט האָבן קיין האָפֿענונג אויף אַ בעסער לעבן — סײַ וואָס שייך דעם פּערזענלעכן מצבֿ און סײַ דעם שלום-פּראָצעס — זענען די סיבות פֿון די איצטיקע גוואַלד־פּראָטעסטן.

אַוודאי, שטעקט עפּעס אין זייערע טענות און דאָך, אויב די רעגירונג איז שולדיק אין די אַלע צרות און אָפּקומענישן, זאָלן די אומצופֿרידענע, במחילה, דעמאָנסטרירן קעגן דער רעגירונג. פֿאַר וואָס דאַרף מען אויסזעצן די שויבן אין אַן אויטאָבוס אָדער שטעכן ייִדן מיט אַ מעסער אין מיטן דער גאַס? אַזאַ ווילדער אויפֿפֿיר מצד דער אַראַבישער באַפֿעלקערונג קעגן זייערע שכנים, ווי עס קומט פֿאָר אין די לעצטע וואָכן, ווערט אויפֿגענומען ווי אַן אַטאַק אויפֿן גאַנצן פֿאָלק, און לאו-דווקא ווי אַ פּראָטעסט קעגן נתניהו און זײַן רעגירונג. דאָס צעשטערן די איידעלע באַציִונגען צווישן די צוויי פֿעלקער.

דעמאָנסטרירן אומצופֿרידנקייט איז אַ רעכט, און אַמאָל טאַקע אַ פֿליכט, אין דעמאָקראַטישע געזעלשאַפֿטן. איין באַדינג — גוואַלדטאַטן איז נישט אַ טייל פֿון דער פּאָליטישער שפּיל. צום באַדויערן, ווערן די גרענעצן אין ישׂראל צומאָל צעשווענקט. געוויסע פּאָליטיקער, זיצנדיקן אין דער כּנסת, ווײַזן אַרויס זייער וויכטיקייט און גרויסקייט דורכן בלאָזן אויף גליִיִקע קוילן; זיי גיבן זיך גאָר נישט אָפּ אַ דין-וחשבון, וואָס וועלן זײַן די רעזולטאַטן פֿון זייערע פֿלאַמיקע רייד.

עס זענען פֿאַראַן אויך אַנדערע קולות, וואָס זענען מער תּכליתדיק און ווייניקער פֿאַרסמט מיט שׂינאה. זיי רופֿן צו „שטילשטאַנד‟. זיי זעען נישט קיין אַנדער מעגלעכקייט ווי דאָס פֿרידלעכע צוזאַמענלעבן פֿון ייִדן און אַראַבער אויף אָט דעם שטיקל ערד. אמת, זיי ווערן אָפֿטלעך פֿאַרטויבט דורך די פּראָוואָקאַציעס, דורכגעפֿירט כּסדר פֿון מער עקסטרעמע און ווײַט נישט קלוגע עלעמענטן.

איין גוטער בײַשפּיל דערפֿון איז דער אַנומלטיקער ווידעאָ, וווּ מע זעט, ווי דער בירגערמײַסטער פֿון נצרת שטעלן זיך אָפּ מיט זײַן אויטאָ לעבן אײַמאַן אודאַ, דער פֿאָרזיצער פֿון דער „פֿאַראייניקטער אַראַבישער פּאַרטיי‟, וואָס האַלט אין מיטן אַן אינטערוויו פֿאַרן צווייטן טעלעוויזיע־קאַנאַל, און האַקט אים איבער. ער ווענדט זיך צו אײַמאַן אודאַ און פֿאָדערט מיט בייזקייט, אַז יענער זאָל זיך אָפּטראָגן פֿון זײַן שטאָט און גיין זוכן זיך אַן אַנדער פּלאַץ אונטערצוצינדן. חיפֿה — איז געווען זײַן פֿאָרשלאָג. ער האָט באַשולדיקט אים אין אוממעכטיקייט און אינעם שאַפֿן אַ מצבֿ, וואָס פֿאַרטרײַבט די ייִדישע קונים פֿון נצרת.

און טאַקע: יעדעס מאָל, וואָס די אַטמאָספֿער ווערט מער אָנגעלאָדן, מײַדן אויס די ייִדן די אַראַבישע שטעט און קוואַרטאַלן. דאָס איז נישט מחמת מע בויקאָטירט זיי. ריכטיקער, עס זענען טאַקע דאָ ייִדן, וואָס בויקאָטירן, אָבער זיי זענען בלויז אַ מינדערהייט, די מערהייט האָט פּשוט מורא אײַנצושטילן זיך דאָס לעבן. בלײַבן די אַראַבישע געשעפֿטן שטיין ליידיק. דער בירגערמײַסטער האָט באַטאָנט, אַז אין די שטילע צײַטן באַזוכן די שטאָט דרײַסיק טויזנט ייִדן יעדן סוף-וואָך, און דעם לעצטן סוף-וואָך איז נישט אַרײַנגעקומען קיין איין ייִד. דעריבער איז דער היזק פֿאַר דער שטאָט־עקאָנאָמיע אַזוי גרויס. דערצו האָבן יונגע-לײַט פֿאַרברענט מיסטקאַסטנס און גורם געווען שאָדנס, וואָס ער האָט אָפּגעשאַצט אין עטלעכע שווערע טויזנטער שקלים.

לאָמיר האָפֿן, אַז דער שׂכל-הישר וועט פֿאָרט גובֿר זײַן די עקסטרעמיסטן, וואָס געשעט נישט אָפֿט דאָ, אין מיטלן-מזרח, און די תּושבֿים פֿון דעם לאַנד וועלן אַרויסווײַזן מער חכמה און מעסיקייט ווי געוויסע פּאָליטיקער.