וואָס איז דאָ צו שטוינען?

What is there to be stunned about?

אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם „דער זון פֿון שאָולן”
אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם „דער זון פֿון שאָולן”

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published October 16, 2015, issue of November 13, 2015.

ס’איז ערשט דערגאַנגען צו מיר די ידיעה, אַז די טעג קומט אַרויס אַ נײַער פֿילם וועגן דעם חורבן „דער זון פֿון שאָולן” (The son of Saul), וואָס האָט צו טאָן מיט אוישוויץ, די קרעמאַטאָריעס און די זאָנדערקאָמאַנדאָס. ווי באַקאַנט, זײַנען די זאָנדערקאָמאַנדאָס באַשטאַנען פֿון ייִדן, וועלכע מ’האָט געצוווּנגען (זיי האָבן נישט וואַלונטירט!) צו שיבן די טויטע קערפּערס אין די אויוונס און אויסרייניקן די קאַלך־אויוונס פֿונעם אַש. איך הער דעם ויצעקו פֿון די ראַדיאָ־צוהערער, „פֿאַרוואָס האָבן זיי נישט פּראָטעסטירט?‟

דער אמת איז, אַז דערמיט האָבן די „נאַציס,” — זיי רופֿט מען ביזן הײַנטיקן טאָג, „נאַציס,”— ווי זיי וואָלטן באַשטאַנען פֿון עפּעס אַ פֿיקטיוו, פֿרעמד פֿאָלק. מיט איין וואָרט, די דײַטשן, וועלכע האָבן אַנטפּלעקט פֿאַר כּל־עם־ועדה אויף ווי ווײַט דער כאַראַקטער פֿון דער מענטשן־בעסטיע איז פֿעיִק אַראָפּצולאָזן זיך צו די טיפֿסטע תּהומען ביז די אינסטינקטן פֿון אַ חיה.

עס זײַנען שוין אַריבער זיבעציק יאָר זינט יענעם קאַטאַקליזם, און דאָך שטוינען מיר נאָך אַלץ, ווען מ’דערזעט ווי מ’האַקט קעפּ אויף יענער זײַט וועלט, און דווקא בפֿרהסיא, פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט, און דערצו פֿאַר די פֿילם־אַפּאַראַטן. די דײַטשן זײַנען געווען גרויסע מומחים אויף פֿאָטאָגראַפֿירן זייערע קרבנות און איבערגעלאָזט פֿאַר דער וועלט צו זען זייער גלײַכגילטיקייט צו מענטשלעכע לײדן און אוממענטשלעכן טויט. איז ווי גיט מען זיך אַן עצה הײַנט צו טאָג מיט דער אַכזריותדיקער וועלט, ווען די בעסטיאַלע חיה באַווײַזט זיך אין געשטאַלט פֿון מענטשן מיטן ציל אויסצוראָטן ווער ס’שטייט זיי אין וועג.

מײַן גוטע חבֿרטע לאה געווירצמאַן האָט זיך ערשט צוריקגעקערט פֿון אַ רײַזע איבער דײַטשלאַנד, וווּ זי פֿאַרמאָגט גוטע פֿרײַנט. דערמיט איז זי געווען אויסן אָנצוטאַפּן דעם דופֿק און זען צי עפּעס האָט זיך דאָרט געביטן. זי דערציילט מיר, אַז דײַטשלאַנד ליגט הײַנט אין אַ זומפּ און קען זיך בשום־אופֿן נישט באַפֿרײַען פֿון זייער פֿאַרגאַנגענהייט. אַחוץ דעם, האָט זי זיך אָנגעשטויסן אין רוסישע ייִדן, וואָס פֿאַרשטייען נישט קיין דײַטש, קענען נישט קיין ייִדישן אות און לויפֿן אין שיל שׂימחת־תּורה, אָנזאַפּן זיך מיט ייִדישקייט. דער ראַבינער האַלט זײַן דרשה אויף דײַטש און די מענער פֿאַרשטייען נישט וואָס מען טוט מיט אַ טלית.

מיר ביידע, איך און לאה, זײַנען אַלץ קינדער געווען אין דער זעלבער שטאָט אולם אין דײַטשלאַנד גלײַך נאָך דער מלחמה. מיר האָבן געוווינט אין באַזונדערע פּליטים־לאַגערן, געגאַנגען אין דער זעלבער העברעיִשער שול „בית ספֿר תּרבות,” געהאַט די זעלבע לערער, און מיר האָבן זיך נישט געקענט, ווײַל זי איז געווען מיט צוויי יאָר געריקט פֿון מיר. האָט זי געענדיקט די העברעיִשע שול העט פֿאַר מיר. אין דער זעלבער צײַט איז זייער די.פּי. לאַגער ליקווידירט געוואָרן און זיי האָבן זיך באַזעצט אין מינכן, אויך אין אַ טראַנזיט־לאַגער. האָט מען זי געראַטן אָנצושליסן זיך אין אַ דײַטשער גימנאַזיע צוליב איר דראַנג צום לערנען. דאָס יאָר איז געווען 1948. אַ סך יונגע פּליטים זײַנען דעמאָלט אַוועק אויף אומלעגאַלער עליה קײן פּאַלעסטינע. ייִדן, וועלכע האָבן זיך אָפּגעזאָגט פֿון דער אומלעגאַלער עליה, זײַנען געווען אין די מיטעלע יאָרן, נישט געקענט מער מיטמאַכן נײַע מלחמות און נײַע לײדן. ס’רובֿ פֿון זיי האָבן געשטרעבט צו פֿאָרן קיין אַמעריקע.

זײַענדיק אין מינכן נאָכן חורבן, איז לאה אַוועק אין דער דײַטשער גימנאַזיע, אָנטייל גענומען אין פֿאַרשיידענע קלאַסן ביז עס איז געקומען צו אַלגעברע. ווען דער דײַטשער לערער האָט פֿאַרשריבן אַ מאַטעמאַטישע פֿאָרמל אויפֿן טאָוול, האָט לאה נישט אײַנגעשטימט און געוואָלט וויסן, צי זי אַליין מאַכט אַ טעות, צי דער לערער האָט זיך טועה געווען. איז דער לערער געוואָרן מלא־רציחה און אַרײַן אין אַ ווילדן אויסברוך:

„האָסט אַ מזל, מיידכען”, האָט ער געשריגן, „אַז דו ביסט ניצול געוואָרן, אַנישט וואָלסטו הײַנט געווען בײַ מיר אין אַש־בעכער.”

אַזוי אַז די וועלט האָט זיך ווייניק וואָס געביטן, אַפֿילו נישט אויף קײן האָר, דער מין מענטש בײַט זיך נישט, צײַטן בײַטן זיך, בלויז די חיה אין מענטש קען נישט אײַנליגן.

פֿאַראַן הײַנט עלעקטראָנישע מכשירים, וואָס מעסטן די אימפּולסן אין מענטשלעכן מוח. טראַכט איך, אויב שוין יאָ אַזוי, פֿאַרוואָס נישט אויסלעשן די חיהשע אינסטינקטן אין דער באַשעפֿעניש, וואָס רופֿט זיך מין מענטש; אפֿשר וועט מען דערמיט ראַטעווען דאָס גערעטעניש אין בני־אדם.

שטעלט אײַך פֿאָר ליבע מענטשן, איך עפֿן אויף דאָס טעלעוויזיע־קעסטל און וועמען זע איך? אַ טוץ קאַנדידאַטן וואָס רײַסן זיך צו ווערן די הויפּט־שישקע אין „ווײַסן־הויז”, און צווישן זיי דער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער קינדער־דאָקטער, כירורג ד״ר בען קאַרסאָן. ער מאַכט אַ גוטן אײַנדרוק מיט זײַן לאָגישן שׂכל־הישר. פֿרעגט מען אים, וואָס פֿאַראַ מיינונג ער האָט וועגן דעם חורבן, די זעקס־מיליאָן ייִדן, וואָס זײַנען אומגעקומען בײַ היטלערן? קוקט ער גלײַכגילטיק אין דער טעלעוויזיע־קאַמערע און זאָגט:

„ווען די ייִדן וואָלטן אָבער דעמאָלט געהאַט רעוואָלווערן, וואָלט צו דעם נישט געקומען.”

אָט האָסטו דיר די צווייטע טעג יום־טובֿ, אַ קינדער־דאָקטער, אַ כירורג, אַ שוטה שבגולם, וואָס פֿאַרשטייט אַ קרענק. גיי זאָג אים, אַז צווישן די קדושים האָט מען אויסגעקוילעט אַ מיליאָן מיט אַ האַלב קינדער.

וואָלט איך אים געשטעלט די זעלבע פֿראַגע:

„גרויסער חכם־בלילה דאָקטער־כירורג, איז פֿאַרוואָס זשע האָט מען אַהער געשלעפּט, דער עיקר, קיין אַמעריקע די אַפֿריקאַנער יונגע מענטשן און געמאַכט פֿון זיי שקלאַפֿן, זיי באַהאַנדלט ווי די הינט און אויסגענוצט ביזן ביין? ווען מ’גיט זיי אָבער רעוואָלווערן, מעסערס און קאַנאָנען, וואָלטן זיי זיך געקענט ווערן און אויסגעמיטן די שקלאַפֿערײַ.”

אָט האָט איר עס! קאַנדידאַטן וואָס רײַסן זיך צום „ווײַסן הויז‟, אָן אַ ברעקל שׂכל, עניווות, מענטשלעכקייט, אײַנזעעניש, מיטגעפֿיל, פֿאַרשטאַנד, אַבי צו פֿאַרכאַפּן די מאַכט.