ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published October 19, 2015, issue of November 13, 2015.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

פֿאַרשטאַרקונג פֿון זיכערהײט אין סידנעיער טאָגשולן

די פֿינף ייִדישע טאָגשולן אין סידנעי האָבן געהעכערט זײער זיכערהײט־צושטאַנד נאָך דעם, װי לאָקאַלע פּאָליצײ האָט באַקומען אַ בריװ װאָס סטראַשעט, אַז „גװאַלד־אַקטן װעלן פֿאָרקומען קעגן נישט־מוסולמענער, דער עיקר, קעגן ייִדישע טאָגשולן און פּאָליצײ־אַמטן‟; און אַז „טױזנטער װעלן אומקומען‟ װי אַ רעזולטאַט דערפֿון. דער בריװ האָט אױך געװיזן אַ בילד פֿון אַן איסלאַמישן טעראָריסט, װאָס שטײט פֿאַר אָפּגעשניטענע מענטשלעכע קעפּ. אַ פֿאָרשטײער פֿון דער לאָקאַלער ייִדישער קהילה האָט פֿאַרזיכערט, אַז די טאָגשולן אַרבעטן נאָרמאַל און אַז די סטראַשונע איז אַן אַלגעמײנע.

די שטאַטישע רעגירונג פֿון װיקטאָריע האָט געמאָלדן, אַז זי װעט זיך בײַשטײַערן מיט זעקס הונדערט טױזנט אױסטראַלישע דאָלאַרן, ביז פֿערציק טױזנט דאָלאַר פֿאַר יעדערער פֿון די 10 טאָגשולן, מערסטנס פֿון זײ אין ייִדישע געגנטן. די לײבאָר־פּאַרטײ האָט צוגעזאָגט איבערצוגעבן די פֿאָנדן נאָך אײדער זי איז דערװײלט געװאָרן.

דער בירגער־מײַסטער פֿון ירושלים רופֿט אָפּ זײַן באַזוך

דער ירושלימער בירגער־מײַסטער האָט פּלאַנירט צו באַזוכן מעלבורן און סידנעי, װוּ ער האָט געדאַרפֿט רעדן לטובֿת דער סוכנות. צוליב דער איצטיקער לאַגע אין מדינת־ישׂראל, האָט ער אָפּגעלײגט די רײַזע און האָט גערעדט צום עולם אין בײדע שטעט, באַנוצנדיק זיך מיט דער נײַסטער קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיע.

לאָקאַלע ציוניסטן פֿאָרן אױפֿן װעלט־ציוניסטישן קאָנגרעס

דער פּרעזידענט פֿון דער אױסטראַלישער ציוניסטישער פֿעדעראַציע און אַנדערע פֿאָרן דװקא קײן ירושלים, כּדי אָנטײלצונעמען אין דער באַראַטונג פֿונעם אַלװעלטלעכן ציוניסטישן קאָנגרעס. ער האָט באַטאָנט, אַז די לאַגע איז אױך געװען שװער, װען ער איז געפֿאָרן אַהין אין יוני 2002, אין מיטן פֿון דער צװײטער אינטיפֿאַדע. די אָנפֿירערשאַפֿט פֿון אַנדערע אױסטראַליש־ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָט געטאַדלט די טעראָריסטישע אָנפֿאַלן, װעלכע קומען איצט פֿאָר אין מדינת־ישׂראל. זײ האָבן אױך געטאַדלט די מעדיאַ, װאָס גיט איבער אײן־זײַטיקע באַריכטן װעגן דער איצטיקער לאַגע אין דער מדינה.

אױסטראַלישע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס טײלן זיך אָפּ פֿון משה פֿײגלין

אַ רײ לאָקאַלע ייִדישע דאַך־אָרגאַניזאַציעס, קהילות און אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן געמאָלדן עפֿנטלעך, אַז זײ האָבן נישט געשפּילט קײן ראָלע אין אָרגאַניזירן דעם באַזוך פֿון דעם כּנסת־חבֿר משה פֿײגלין. אַנדערע האָבן געטאַדלט זײַן פּאָליטישע פֿילאָסאָפֿיע. פֿײגלין, װאָס פֿלעגט געהערן צום „ליכּוד‟ און האָט געדינט װי דער געהילף־ספּיקער פֿון דער כּנסת, האָט געזאַמלט געלט לטובֿת זײַן נײַער פּאַרטײ בעתן בײַזײַן אין אױסטראַליע. ער איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע נעגאַטיװע מײנונגען װעגן דעם פֿעמיניזם און אױך װעגן דעם האָמאָסעקסואַליזם.

פּאָליצײ־שעף רעדט װעגן דער מעגלעכקײט פֿון אַ טעראָר־אָנפֿאַל

דער הױפּט פֿון דער פּאָליצײ אין דעם שטאַט װיקטאָריע האָט איבערגעגעבן דעם פּלענום פֿון דער לאָקאַלער קהילה אין מעלבורן, אַז די מעגלעכקײט אַז טעראָריסטן װעלן אָנפֿאַלן אױף פּאָליצײ-אַמטן איז פּונקט אַזױ גרױס װי די מעגלעכקײט, אַז זײ װעלן באַפֿאַלן די לאָקאַלע ייִדישע באַפֿעלקערונג און אינסטיטוציעס. דערצו האָט ער געזאָגט, אַז די קהילה מוז זײַן װאַך אָבער, אַז מע דאַרף זיך נישט שרעקן. ער האָט אױך באַטאָנט, אַז די פּאָליצײ דאַרפֿן מאָדערניזירן זיך און אַז דער טעראָריזם װעט נישט פֿאַרשװינדן װי אַ סכּנה אין דער נאָענטער צוקונפֿט. דערצו האָט ער באַמערקט, אַז דער מולטי־קולטוראַליזם אין אױסטראַליע װערט באַדראָט און די באַפֿעלקערונג פֿון לאַנד דאַרף זיך באַמיִען, כּדי צו פֿאַרזיכערן זײַן צוקונפֿט.

ד״ר ברײַנדל קירשענבלאַט־גימבלעט
ד״ר ברײַנדל קירשענבלאַט־גימבלעט

ד״ר ברײַנדל קירשענבלאַט־גימבלעט צו גאַסט אין מעלבורן

די באַרימטע ייִדישע פֿאָלקלאָריסטקע ד״ר ברײַנדל קירשענבלאַט־גימבלעט איז אין מעלבורן די װאָך װי דער גאַסט פֿונעם אױסטראַלישן צענטער פֿאַר ייִדישער ציװיליזאַציע. זי װעט רעדן װעגן איר אַרבעט מיטן נײַעם פּױליש־ייִדישן מוזעום אין װאַרשע און װעגן די ייִדישע לעבנס־שטײגער־מאָלערײַען פֿון איר פֿאָטער, מאיר קירשענבלאַט. דערצו װעט זי רעדן מיטן עולם װעגן דער אַרבעט פֿון װידעראױפֿלעבן דעם פּרעכטיקן סופֿיט פֿון דער הילצערנער שיל פֿונעם שטעטל גװאָזדזשיעץ, װאָס געפֿינט זיך אין דער פּערמאַנענטער אױסשטעלונג פֿונעם מוזעום. דער פֿילם, װאָס דערצײלט װעגן דעם פּראָיעקט, װערט געװיזן װי אַ טײל פֿונעם ייִדישן אינטערנאַציאָנאַלן פֿילם־פֿעסטיװאַל. ד״ר קירשענבלאַט־גימבלעט װעט אױך רעדן אין ייִדיש װעגן דער ראָלע פֿון דער ייִדישער שפּראַך אינעם נײַעם מוזעום.

דער ייִדישער הילפֿס־פֿאָנד פֿון װיקטאָריע זוכט יוגנטלעכע

דער ייִדישער הילפֿס־פֿאָנד פֿון װיקטאָריע (דזשויִש קעיר) זוכט אַפּליקאַנטן פֿאַר יונגע דערגרײכער אין עלטער פֿון צװישן 18-15 יאָר פֿאַר זײַן פּראָגראַם פֿאַרן יאָר 2016. די פּראָגראַם עקסיסטירט שױן 12 יאָר און העלפֿט די יוגנטלעכע צו אַנטװיקלען זעלבסט־זיכערקײט און אױך צו אַנטװיקלען אַ שיצנדיקע באַציִונג מיט דער ייִדישער קהילה. יעדער אָנטײלנעמער װעט האָבן אַן עצה־געבער, װאָס װעט אים אָדער איר העלפֿן זיך צו אַנטװיקלען סײַ פּערזענלעך, סײַ פּראָפֿעסיאָנעל. די אָנטײלנעמער געניסן פֿון אַ צװײ־טאָגיקן לאַגער, אַ רײ װאַרשטאַטן און אַ סטיפּענדיע פֿון ביז פֿינף הונדערט אױסטראַלישע דאָלאַרן במשך פֿונעם יאָר.