ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published October 28, 2015, issue of November 13, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די אויסשטעלונג „לאַסט פֿאָליאָ‟ פֿונעם פֿאָטאָגראַף יורי דויטש

אין דעם נײַעם מאָסקווער ייִׅדישן מוזיי האָט זיך געעפֿנט די אויסשטעלונג „לאַסט פֿאָליאָ‟ פֿונעם פֿאָטאָגראַף יורי דויטש, אַ ייִד פֿון סלאָוואַקיע. אין 1997, בײַם קבֿר פֿון זײַן טאַטן, האָט זיך דויטש באַקענט מיט אַ פֿרוי, וואָס איז לעבן געבליבן אין חורבן. איר געשיכטע האָט אים איבערצײַגט צו שאַפֿן אַ נײַע סעריע אַרבעטן. ער איז אַרומגעפֿאָרן איבער סלאָוואַקיע און געזאַמלט דערציילונגען און אַרטעפֿאַקטן פֿון די עדות פֿון דער צווייטער וועלט‑מלחמה. בעת זײַנע זוכענישן האָט ער צופֿעליק געפֿונען אַ בוך מיטן „עקסליבריס‟ פֿון זײַן אייגענעם זיידן, וואָס איז אומגעקומען אין אוישוויץ. עס ווערן אויסגעשטעלט פֿאָטאָבילדער פֿון ייִדישע קאַצעטניקעס, זייערע פֿאַרשריבענע געשיכטעס, בילדער פֿון צעשטערטע שילן און בית-עולמס און אַ דאָקומענטאַר־פֿילם. די אויסשטעלונג איז שוין אַרומגעפֿאָרן אַ סך מוזייען אין פּראָג, קעמברידזש, בריסל, ניו‑יאָרק, רוים, ווין און אַנדערע קולטור-צענטערס. אין מאָסקווע וועט זי זײַן אָפֿן ביזן 17טן יאַנואַר.

„פּיזשאַמע-ביבליאָטעק‟ אין רוסלאַנד

קיין רוסלאַנד איז געקומען דער פּראָיעקט „פּיזשאַמאַ-ביבליאָטעק‟ (PJ Library).

משפּחות מיט קינדער פֿון 4 ביז 8 יאָר וועלן קענען באַקומען ייִדישע קינדער‑ביכער צו לייענען זיי משפּחהווײַז. דער פּראָיעקט ווערט געשטיצט פֿון עטלעכע וווילטעטיקייט‑אָרגאַניזאַציעס, בתוכם „טשעריטי אייד פֿונדאַציע‟ און דעם רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס. די ביכער און זייער ליווערן וועט זײַן פֿרײַ פֿאַר די משפּחות. עס וועלן פֿאָרגעלייגט ווערן צום לייענען 10 ביכער אַ יאָר, און דאָס ערשטע פֿון זיי איז עריק קימעלס „חנוכּה-בער‟ אין דער רוסישער איבערזעצונג.

אַ בשותּפֿותדיקער פּראָיעקט צו שטיצן ייִדישע קולטור און פֿאָרשונגען

און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: די פֿעדעראַציע פֿון ייִׅדישע קהילות אין רוסלאַנד (חב״ד), וואָס שליסט אײַן אַרום 140 קהילות, און די ייִׅדישע נאַציאָנאַל-קולטורעלע אויטאָנאָמיע, וואָס האָט פֿיליאַלן אין אַׅן ערך 50 שטעט, האָבן דערקלערט אַ בשותּפֿותדיקע טעטיקייט. זיי פּלאַנירן צו אַרבעטן צוזאַמען אין עטלעכע ספֿערעס — פֿאָרצושטעלן די ייִׅדישע אָרגאַניזאַציעס בײַ דער רוסלענדישער מלוכה און צו באַשיצן זיי; צו אַנטוויקלען די מיטאַרבעט פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס מיט אַנדערע פֿאַראיינען; צו פּאָפּולאַריזירן די ייִדישע קולטור און צו שטיצן די פֿאָרשונגען אין ייִׅדישע לימודים. ביידע צדדים האָבן געשלאָסן דעם אָפּמאַך אויף אַ יאָר מיט אַ מעגלעכקייט צו פֿאַרלענגערן אים.