ווי דאָס חב״ד־הויז אין מאַראָקאָ בלײַבט אָפֿן

How the Chabad House Survives in Morocco

פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם ליובאַוויטשער רבין און דעם קעניג כאַסאַן דער צווייטער, אויף דער וואַנט פֿונעם חב״ד־הויז
Ben Sales
פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם ליובאַוויטשער רבין און דעם קעניג כאַסאַן דער צווייטער, אויף דער וואַנט פֿונעם חב״ד־הויז

פֿון בען סיילס (ייִט״אַ)

Published November 11, 2015, issue of November 27, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דערצו מײַדן די אָרטיקע רבנים אויס צו רעדן וועגן דער ייִדישער מדינה. הרבֿ לוי בנון (באַנאָן), וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין מאַראָקאָ און האָט זיך אומגעקערט אין 2009, זאָגט, אַז די קאַסאַבלאַנקער אײַנוווינער זענען בדרך־כּלל גלײַכגילטיק, אָדער אַפֿילו פֿרײַנדלעך צו די ייִדן, הגם עס ווערט מער אָנגעשפּאַנט בעת ישׂראלס מיליטערישע אָפּעראַציעס. אין די ערשטע יאָרן פֿון די ישׂראלדיקע מלחמות פֿלעגן די מאַראָקאַנער באַוואַרפֿן די ייִדן מיט שטיינער.

דער חב״ד האָט באַוויזן צו בלײַבן אָפֿן אין מאַראָקאָ, צום גרויסן טייל, דורך נישט אַנטאַגאָניזירן די מאַראָקאָנער הערשער. אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿונעם קעניג מאָהאַמעד דעם זעקסטן הענגט לעבן דעם רבינס פּאָרטרעט בײַם אַרײַנגאַנג צום בנין, און בנון זאָגט, אַז שניאורסאָן פֿלעגט פֿירן אַ קאָרעספּאָנדענץ מיט מאָהאַמעדס טאַטן, כאַסאַן דער צווייטער. אין 1988 האָט כאַסאַנס „יו־ען‟־אַמבאַסאַדאָר אַפֿילו באַזוכט שניאורסאָן אין ברוקלין. דער רבי האָט אים דעמאָלט געזאָגט: „איר האָט געטאָן אַ סך גוטס פֿאַר די ייִדן דאָרט‟, און אים געשאָנקען צוויי דאָלער פֿאַר צדקה — איינער פֿאַר אים, און דער צווייטער פֿאַרן קעניג.

עטלעכע בענד פֿון אַ חסידישן ספֿר איבערגעזעצט אויף אַראַביש, אינעם ביוראָ פֿונעם חב״ד־צווײַג אין קאַסאַבלאַנקאַ
Ben Sales
עטלעכע בענד פֿון אַ חסידישן ספֿר איבערגעזעצט אויף אַראַביש, אינעם ביוראָ פֿונעם חב״ד־צווײַג אין קאַסאַבלאַנקאַ

הגם מאַראָקאָ און ישׂראל האָבן נישט קיין פֿאָרמעלע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען, דערלויבט מען די חב״ד־שליחים צו פֿאָרן קיין ישׂראל און צוריק — אַ זאַך, וואָס איז געווען אוממעגלעך אין די 1960ער יאָרן. דאָס וועט אָבער נישט צוריקברענגען די ייִדן קיין מאַראָקאָ, האָט באַמערקט הרבֿ שלמה איידלמאַן, וואָס האָט געדינט ווי דער חב״ד־שליח אין מאַראָקאָ זינט 1958. „איך ווייס, אַז ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן זיך באַזעצט אין ישׂראל, אין אַ גוט אָרט פֿאַר פֿרומע ייִדן,‟ האָט איידלמאַן געזאָגט. „אָבער פֿאַר אונדז איז איצט אַ סך שווערער. מיר האָבן זיי געגעבן אַ ייִדישע דערציִונג, אָבער אַלץ וואָס מיר האָבן אויפֿגעטאָן, איז אַוועק מיט זיי.‟