די טראַגעדיע אין הימל פֿון מצרים

The Tragedy in the Egyptian Sky

אַ פֿרוי צינדט אָן אַ ליכט בעת אַ הזכּרה־צערעמאָניע אינעם פּעטערבורגער לופֿטפֿעלד, אין אָנדענק פֿון די אומגעקומענע אינעם עראָפּלאַן, דעם 31סטן אָקטאָבער
Getty Images
אַ פֿרוי צינדט אָן אַ ליכט בעת אַ הזכּרה־צערעמאָניע אינעם פּעטערבורגער לופֿטפֿעלד, אין אָנדענק פֿון די אומגעקומענע אינעם עראָפּלאַן, דעם 31סטן אָקטאָבער

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published November 12, 2015, issue of November 27, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

ס׳איז קלאָר פֿאַר וואָס דעם עגיפּטישן פּרעזידענט סיסי און די לײַט אַרום אים לוינט ניט צו האָבן אַזאַ טעראָריסטישן אַקט. ערשטנס, ווײַזט עס, אַז דער איצטיקער רעזשים קען ניט גאַראַנטירן סטאַבילקייט אין לאַנד. צווייטנס, איז עס אַ געוואַלדיקער קלאַפּ פֿאַר דער עקאָנאָמיע, וועלכע איז נאָך ניט געקומען צו זיך נאָך די געשעענישן פֿון יאָר 2011, ווען עס איז אַראָפּגעוואָרפֿן געוואָרן דער רעזשים פֿון כאָסני מובאַראַק. שוין הײַנט פֿאַרלירט מצרים יעדן טאָג מיליאָנען דאָלאַרן צוליב פֿאַרלירן די רוסישע, בריטישע און אַנדערע טוריסטן.

דער טוריסטישער סעקטאָר פֿון עקאָנאָמיע האָדעוועט בערך דרײַ מיליאָן מיצרים. הײַנט איז ניט קלאָר, ווען די טוריסטן וועלן זיך אומקערן אין שאַרם על־שייך. פּעסימיסטן טענהן, אַז דאָס אָרט קען בכלל אָפּשטאַרבן, בפֿרט אָן די מיליאָנען רוסן, וועלכע האָבן עס אַזוי ליב געהאַט צוליב די נידעריקע פּרײַזן, אַן אַנטוויקלטער אינפֿראַסטרוקטור, און אַ גוטן קלימאַט. שוין אָפּגערעדט, אַז אַהין האָט מען געקענט פֿאָרן אויך ווינטער־צײַט.

פֿאַר רוסלאַנד איז אויך שווער אַרײַנצושלינגען די בשׂורה, אַז דער אַעראָפּלאַן איז אַראָפּגעפֿאַלן צוליב אַ טעראָריסטישן אַקט. עס באַקומט זיך דאָך — יעדנפֿאַלס וועט מען וועגן דעם רעדן, און מע רעדט שוין — אַז די טעראָריסטן האָבן בכּיוון אויסגעקליבן דווקא אַ רוסישן אַעראָפּלאַן; און געטאָן האָבן זיי עס (לויט דער זעלבער לאָגיק), ווײַל פּוטין האָט באַשלאָסן זיך מיליטעריש אַרײַנגעמישן אינעם בירגערקריג אין סיריע. מיט אַנדערע ווערטער, האָבן די רוסן טײַער באַצאָלט פֿאַר אָט דעם באַשלוס פֿון זייער פּרעזידענט — קודם־כּל, זײַנען אומגעקומען מענטשן. דערצו ווערט רויִנירט די טוריסטישע אינדוסטריע, וועלכן ליגט שוין אַזוי אויך טיף אין דר’ערד צוליב די רוסישע קערבלעך, וועלכע זײַנען געוואָרן ביליק, און ווי אַ פּועל־יוצא איז די צאָל רוסן, וועלכע קענען פֿאָרן אין אויסלאַנד, היפּש קלענער געוואָרן.

מיר איז שווער צו זאָגן, ווי עס פֿירט זיך אויף די מעדיאַ אין מצרים, וואָס זי שרײַבט און זאָגט. אָבער איך קען זען, הערן און לייענען די רעאַקציע פֿון דער רוסישער מעדיאַ. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז זי איז מטושטש, וואָס שפּיגלט אָפּ אויך די רעאַקציע פֿון דער רעגירונג. אַזאַ קער פֿון די געשעענישן האָט מען, בלי־ספֿק, ניט דערוואַרט. מע טראַכט, וואָס פֿאַר אַ „קלוגן טײַטש‟ אונטערצוטראָגן דעם המון? דערצו ווײַזט דאָס אַלץ אויך די שוואַכקייט פֿון דער רוסישער אויסשפּיר־דינסט: די פֿאַקטן וועגן דעם טעראָריסטישן אַקט האָבן דאָך דערווײַל אַנטפּלעקט די געהעריקע אַגענצן פֿון אַמעריקע און גרויס־בריטאַניע.

פּונקט אין דער צײַט, ווען איך שרײַב די דאָזיקע שורות, האָט זיך פֿון מאָסקווע דערטראָגן אַזאַ נײַעס: דאָרטן האָט מען אָפֿיציעל אַ לויב געטאָן די אייגענע אויסשפּירער פֿאַר פֿירן זייער אַרבעט שטיל, אָן דעם אַמעריקאַנישן צי בריטישן טאַראַראַם. מע פֿאַרשטייט ניט, אַ פּנים, אַז מיט אָט דער דערקלערונג האָט מען זיך אַרויסגעשטעלט אויף לײַטיש געלעכטער. עס מאַכט זיך אָפֿט אַזוי: אַ טראַגעדיע האָט אויך עלעמענטן פֿון אַ קאָמעדיע.