פּאַריזער „באַטאַקלאַן־טעאַטער‟ שוין פֿריִער באַדראָט געוואָרן

Paris' Bataclan Theater Had Been Threatened Before

צוויי מיידלעך זוכן אַ טרייסט, מאָנטיק, אַנטקעגן דעם הויפּט־אַרײַנגאַנג פֿונעם קאָנצערטזאַל „באַטאַקלאַן‟. בסך־הכּל זענען אין פּאַריז דערהרגעט געוואָרן 132 מענטשן.
Getty Images
צוויי מיידלעך זוכן אַ טרייסט, מאָנטיק, אַנטקעגן דעם הויפּט־אַרײַנגאַנג פֿונעם קאָנצערטזאַל „באַטאַקלאַן‟. בסך־הכּל זענען אין פּאַריז דערהרגעט געוואָרן 132 מענטשן.

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published November 16, 2015, issue of December 11, 2015.

פֿאַר דער בלוטבאָד דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרײַטיק אינעם פּאַריזער קאָנצערט־לאָקאַל „לע באַטאַקלאַן‟, האָט דער זאַל, וואָס איז אויפֿגעבויט געוואָרן אינעם 19טן יאָרהונדערט, שוין באַקומען אַ צאָל סטראַשונקעס צוליב די פּראָ־ישׂראלדיקע אונטערנעמונגען, וואָס מע האָט דאָרט דורכגעפֿירט.

צווישן 2006־2009, האָט מען דאָרט אָפּגעהאַלטן דעם יערלעכן בענעפֿיט פֿון „מיגדל‟ — די פֿראַנצייזיש־ייִדישע אָרגאַניזאַציע, וואָס שטיצט די ישׂראלדיקע גרענעץ־פּאָליציי. מיט אַ חודש צוריק האָבן זיך אינעם טעאַטער פֿאַרזאַמלט מער ווי 500 ציוניסטישע קריסטן, כּדי אויסצודריקן שטיצע פֿאַר ישׂראל.

אין איין דראָונג קעגן „לע באַטאַקלאַן‟ — וואָס האָט ביז סעפּטעמבער געהערט צו אַ פֿראַנצייזישן ייִד, זשאָעל לאַלו — זענען בערך 10 מענער, טראָגנדיק אַראַבישע קאַפֿיִעס אַרײַנגעקומען אינעם טעאַטער אין דעצעמבער 2008, און געפֿאָדערט צו רעדן מיט דער פֿאַרוואַלטונג. „מיר קענען שוין מער נישט אויסהאַלטן,‟ האָט איינער פֿון די מענער געזאָגט די וועכטער בײַם שוועל פֿון „לע באַטאַקלאַן‟, אין אַ שמועס וואָס איז פֿילמירט געוואָרן. „איר וועט טײַער באַצאָלן פֿאַר אײַערע אַקציעס. מיר זענען געקומען איבערצוגעבן אַ קורצן אָנזאָג: היט זיך! דאָס קומעדיקע מאָל, וואָס מיר קומען אַהער, וועלן מיר שוין מער נישט רעדן.‟

די שחיטה אין „לע באַטאַקלאַן‟ בעת אַ ראָקקאָנצערט פֿון דער אַמעריקאַנער מעטאַל־גרופּע Eagles of Death, איז געווען די סאַמע ערגסטע פֿון זעקס גלײַכצײַטיקע אַטאַקן. אין דער אָפּעראַציע, וואָס איז געווען אָרגאַניזירט דורך ISIS, האָבן די טעראָריסטן אויך אַטאַקירט צוויי קאַפֿעען, צוויי רעסטאָראַנען און אַ פֿוסבאָל־סטאַדיאָן צפֿון פֿון פּאַריז, ניצנדיק אויטאָמאַטישע ביקסן און אויפֿרײַס־מאַטעריאַל.

132 מענטשן זענען דערהרגעט געוואָרן, און מער ווי 350 — פֿאַרוווּנדיקט. זיבן פֿון די טעראָריסטן זענען דערהרגעט געוואָרן, און מע זוכט ווײַטער אַן אַכטן.

בערך 200 מענטשן האָבן זונטיק אָוונט זיך פֿאַרזאַמלט אין דער פּאַריזער שיל „סינאַגאָג דע לאַ וויקטואַר‟, אונטער אַ שווערער באַשיצונג, כּדי צו דערמאָנען די קרבנות פֿון די אַטאַקן. די צערעמאָניע, וואָס איז אָנגעפֿירט געוואָרן פֿונעם הויפּט־רבֿ פֿון פֿראַנקרײַך, חיים קאָרסיע, האָט צוגעצויגן אַ צאָל אָרטיקע ייִדישע פֿירער און דעם ישׂראלדיקן אַמבאַסאַדאָר אין פֿראַנקרײַך.

ס׳האָט זיך אויך באַטייליקט שמואל סאַנדלער, דער טאַטע פֿון יונתן סאַנדלער, וועלכער איז דערהרגעט געוואָרן אין 2012 מיט צוויי פֿון זײַנע קינדער און אַ דריט קינד, בעת אַן איסלאַמיסטישן אַטאַק אויף אַ ייִדישער טאָגשול אין טולוז. „איצט וועלן אַלע פֿראַנצויזן אָנהייבן פֿאַרשטיין ווי אַזוי מיר, די ייִדן, האָבן געמוזט לעבן אין די לעצטע עטלעכע יאָר, און די טאָג־טעגלעכע רעאַליטעט אין ישׂראל,‟ האָט ער באַמערקט.

לויט אַ באַריכט אָפּגעדרוקט אין „לע פֿיגאַראָ‟ אין 2011, איז דער קאָנצערטזאַל שוין פֿון לאַנג געווען אַ ציל פֿון די איסלאַמיסטן. דער באַריכט האָט איבערגעגעבן, אַז אַן אַרעסטירטע פֿראַנצייזישע פֿרוי, דאָדי האָדזשאַ, האָט אין 2010, דערציילט אַ גרופּע פֿראַנצייזישע קאָנטערטעראָריזם־אַגענטן וועגן אַ פּלאַן פֿון „דזשייש איסלאַם‟, דער „אַל־קײַדאַ‟־צווײַג אין עזה, צו אָרגאַניזירן אַן אַטאַק אויף „לע באַטאַקלאַן‟. האָדזשאַ האָט געזאָגט, אַז מע האָט אויסגעקליבן דעם טעאַטער, ווײַל „די אייגנטימער זענען ייִדן‟.

האָדזשאַ איז אַרעסטירט געוואָרן, אין פֿאַרבינדונג מיט אַן אַטאַק קעגן פֿראַנצייזישע סטודענטן אין קאַיִר אין 2009, אין וועלכן איין סטודענט איז אומגעקומען. DGSE, די פֿראַנצייזישע אויסלענדישע זיכערהייט־אַגענטור, האָט געגלייבט, אַז דער אַטאַק אויף די סטודענטן אין קאַיִר איז געווען אַ שטראָף קעגן פֿראַנקרײַך, וואָס די אַטאַקירער האָבן באַשולדיקט פֿאַר איר כּלומערשטיקער ראָלע אין דער ישׂראלדיקער בלאָקאַדע פֿון עזה.

לויט דער וועבזײַט פֿון „לע באַטאַקלאַן‟, האָט לאַלוס טאַטע, אלי טויִטו, געקויפֿט דעם בנין אין 1976, און זשול פֿרוטאָס און אָליוויע פּובעל זענען געווען די פֿאַרוואַלטער פֿונעם לאָקאַל. אין סעפּטעמבער האָט די מעדיאַ־גרופּע פֿונעם ביליאָנער אַרנאָ לאַגאַרדער אָפּגעקויפֿט 70% פֿון די אַקציעס פֿונעם קאָצערט־זאַל. בעת אַן אינטערוויו מיטן ישׂראלדיקן קאַנאַל 2, האָט לאַלו געזאָגט, אַז ער האָט פֿאַרקויפֿט „לע באַטאַקלאַן‟, ווײַל ער האָט לעצטנס עולה געווען קיין ישׂראל.