נײַעס פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published November 17, 2015, issue of December 11, 2015.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

די קאָנפֿערענץ וועגן ייִדישיזם

אין וואַרשע איז פֿאָרגעקומען פֿון דעם 15טן ביזן 18טן נאָוועמבער אַ ייִדיש-קאָנפֿערענץ וועגן דעם ענין ייִדישיזם. ווי געוויינטלעך אויף אַזעלכע קאָנפֿערענצן, רעדן אַ סך פּראָפֿעסאָרן וועגן ייִדיש, אָבער צום ייִדיש רעדן קומט עס נישט. צוויי רעדנערס האָבן דווקא יאָ גערעדט זייער אַ שיינעם ייִדיש, ביידע מיטאַרבעטער פֿון אונדזער „פֿאָרווערטס‟ — לייזער בורקאָ און איציק גאָטעסמאַן.

בורקאָ האָט גערעדט מיט שׂכל, חן און אימפּעט וועגן מאַקס ווײַנרײַך און זײַן ייִדישיסטישער פֿילאָסאָפֿיע. ווײַנרײַך, האָט בורקאָ דערקלערט, האָט געהאַלטן, אַז ייִדיש האָט געשפּילט אַ געוואַלדיקע ראָלע אין דער אַשכּנזישער קולטור — צו ערשט, אין דײַטשלאַנד בײַם טײַך רײַן, נאָך דעם — אין פּוילן בײַם טײַך ווײַסל, און געהאָפֿט האָט ער, אַז ייִדיש וועט שפּילן אַן ענלעכע ראָלע אין אַמעריקע, בײַם טײַך האַדסאָן. די דאָזיקע האָפֿענונג איז, צום באַדויערן, נישט מקוים געוואָרן. פּוילן, לאָמיר דערמאָנען, האָט געהאַט דרײַ הונדערט ייִדישע צײַטונגען און צענדליקער ייִדישע טעאַטערס. די וואָס רעדן יאָ ייִדיש אין אַמעריקע, זענען דאָס רובֿ חסידים, וואָס זענען ווײַט פֿון ייִדישיזם.

איציק גאָטעסמאַן האָט אָבער געגעבן אַ טשיקאַוון בײַשפּיל פֿון אַ פֿרומען ייִדישיסט. געהייסן האָט ער יהודה עלזעט. עלזעט האָט אַרויסגעגעבן אַ בוך מיטן טיטל „דער וווּנדער־אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟. עלזעט האָט געהאַלטן, אַז די נשמה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק קען מען געפֿינען אין די ייִדישע אידיאָמען און ווערטלעך. ער האָט זיי טאַקע געזאַמלט סײַ בײַ לעבעדיקע מענטשן, סײַ בײַ די גרויסע שרײַבער, ווי פּרץ, מענדעלע מוכר־ספֿרים און שלום־עליכם.

ווי איר זעט, איז פּוילן געוואָרן אַ חשובֿער צענטער פֿון ייִדישע לימודים. פֿאַרשטייט זיך, אַז אָן דער מי פֿון עטלעכע יחידים וואָלט די דאָזיקע קאָנפֿערענץ נישט פֿאַרווירקלעכט געוואָרן. אַ ספּעציעלער דאַנק קומט קאַראָלינאַ שימאַניאַק פֿונעם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט און נאַטאַליאַ קריניצקאַ פֿונעם פּאַריזער מעדעם ייִדיש־צענטער. די פּוילישע מלוכה האָט געשטיצט פֿינאַנציעל די דאָזיקע טשיקאַווע אונטערנעמונג.

בירגערמײַסטער פֿון דזשיאַלאָשיץ באַשטעטיקט וויכטיקע ראָלע פֿון ייִדן אין איר געשיכטע

דזשיאַלאָשיץ, לעבן קראָקע, איז געווען אַ ייִדיש שטעטל. פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן דאָרט געלעבט אַן ערך 6,000 ייִדן, 80 פּראָצענט פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג. דאָס שטעטל איז געווען אַ וויכטיקער צענטער פֿאַר דער גאַנצער געגנט. לאָמיר דערמאָנען בלויז דעם פֿאַקט, אַז נישט איינס, נישט צוויי, נאָר גאַנצע דרײַ ייִדישע פֿאַבריקן האָבן דאָרט פּראָדוצירט ציגל פֿאַר די אַרומיקע דערפֿער.

אָפֿטמאָל ווערט באַטאָנט אין פּוילן, אַז נישט די פּאָליאַקן, נאָר פֿרעמדע — אוקראַיִנער, ליטווינער און אַנדערע, האָבן געהאָלפֿן די דײַטשן מיטן אומברענגען די פּוילישע ייִדן. אין דזשיאַלאָשיץ אין יאָר 1942 האָבן דווקא די יונגע פּאָליאַקן געהאָלפֿן אומצוברענגען די אָרטיקער ייִדישע באַפֿעלקערונג. די וואָס האָבן נישט געקאָנט אַרבעטן — קינדער און עלטערע מענטשן — האָבן די פּאָליאַקן געהאָלפֿן צונויפֿטרײַבן אויפֿן ייִדישן בית־עולם, וווּ מען האָט שוין געהאַט פֿון פֿריִער צוגעגרייט מאַסן-גריבער. די ייִדן האָט מען אַרײַנגעשטופּט אין די פֿרישע גריבער און שוין דאָרטן זיי דערשאָסן.

הײַנט האָט דאָס שטעטל דזשיאַלאָשיץ בלויז אַ טויזנט אײַנוווינער. די גרויסע שיל שטייט נאָך אַלץ, אָבער אָן אַ דאַך. דער בירגערמײַסטער פֿון דזשיאַלאָשיץ, דזישסלאַוו לעקס, האָט דערמאָנט דעם 6סטן נאָוועמבער אויף אַ טרויער־אַקאַדעמיע, אין אָנדענק פֿון די דאָרטיקע ייִדן, אַז זיי, די ייִדן, האָבן אויפֿגעבויט דאָס שטעטל. אַן אָנדענק־טאָוול אויף דער וואַנט פֿון דער שיל דערציילט איצט וועגן דעם ייִדישן דזשאַילאָוויץ פֿון אַמאָל.