די אַנדערע ייִדישע לשונות פֿון ברוקלין

The Other Jewish Languages of Brooklyn

אין דער בעקערײַ „מאַנסוראַ“
אין דער בעקערײַ „מאַנסוראַ“

פֿון איציק בלימאַן

Published November 19, 2015, issue of December 11, 2015.

די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון ניו־יאָרק באַשטײט פֿון אָנדערטהאַלבן מיליאָן מענטשן מכּל־המינים: פֿרומע און פֿרײַע, רײַכע און אָרעמע, ספֿרדים און אַשכּנזים, לינקע און רעכטע. בנוגע שפּראַכן איז אױך פֿאַראַן אַ שפּאָר ביסל פֿאַרשײדנקײט: ס׳רובֿ ייִדן רעדן ענגליש, און אין געװיסע געגנטן און משפּחות קומט אױס צו הערן ייִדיש, רוסיש, עבֿרית און נאָך אַ פּאָר אַנדערע שפּראַכן. איז דען אָבער מעגלעך, אַז די ניו־יאָרקער ייִדן זאָלן רעדן אַזאַ קלײנע צאָל שפּראַכן בשעת אונדזערע נישט־ייִדישע שכנים רעדן 800 באַזונדערע לשונות?

זונטיק, דעם 15טן נאָװעמבער, האָב איך זיך באַטײליקט אין אַן אוניקאַלן טור איבער די ייִדישע קהילות פֿון דרום־ברוקלין און זײערע װײניק באַקאַנטע לשונות, װאָס זענען אין אַ סכּנה פֿון פֿאַרשװוּנדן װערן. דעם טור האָט אָרגאַניזירט שמואל פּערלין, דער געהילף־דירעקטאָר פֿון דער „אַליאַנץ פֿאַר אָפּגעשװאַכטע שפּראַכן“ (און אַ „פֿאָרװערטס“־קאָרעספּאָנדענט). דער ציל פֿונעם טור איז געװען צו באַקענען די באַטײליקטע מיטן לינגװיסטישן עשירות פֿון די ברוקלינער ייִדן. לױט מײַן אָפּשאַצונג איז דער טור געװען זײער אַ געראָטענער, און ס’איז צום האָפֿן, אַז די טוריסטישע טעטיקײטן פֿון דער „אַליאַנץ“ װעלן זיך מערן. (װעגן זײערע אַקאַדעמישע און אַנדערע טעטיקײטן לײענט אױף זײער װעבזײַטל.)

די פֿינף און צװאַנציק באַטײליקטע האָבן זיך געטראָפֿן אינעם שײנעם מילכיקן קאַפֿע בײַם ספֿרדישן קהילה־צענטער אין שיפּסהעד־בײ, ברוקלין. דאָרטן האָבן מיר זיך באַקענט מיט דער יונגער ראָזאַ שאַמאַיִלאָװאַ און איר לערער שמעון מאַרדאַכאַיעװ, פֿאָרשטײערס פֿון דער קהילה, װאָס רעדט דזשוהורי (ייִדיש־טאַטיש). די שפּראַך איז אַ װײַטער קרובֿ פֿון פּערסיש, װאָס די ייִדן האָבן גערעדט אין די קאַװקאַזער בערג אין אַזערבײַדזשאַן און דאַגעסטאַן, רוסלאַנד. די עלטערע אימיגראַנטן אין ברוקלין רעדן נאָך אַלץ זײער ייִדישע מוטער־שפּראַך, אָבער די אײניקלעך קענען נאָר ענגליש און רוסיש. (די בוכאַרישע ייִדן אין קװינס, װאָס היסטאָריש האָבן זײ גערעדט אַן אײגן ייִדיש לשון בוכאָרי, געפֿינען זיך אין אַן ענלעכן מצבֿ.)

די צװײ דזשוהורי־רעדערס האָבן אונדז דערצײלט װעגן די באַזונדערע פּראָבלעמען פֿון שפּראַך־אױפֿלעבונג אין זײער קהילה. די ערשטע און װיכטיקסטע האָט צו טאָן מיט אָרטאָגראַפֿיע: אין קאָנטראַסט מיט ייִדיש איז דזשוהורי קײן מאָל נישט געװען קײן געשריבענע שפּראַך, און דערפֿאַר האָט מען אין די לעצטע יאָרן געפּרוּװט אײַצופֿירן אַן אַלף־בית (אַ לאַטײַנישן), װאָס װאָלט דערמעגלעכט נײַע לערנביכלעך און אַנדערע פּעדאַגאָגישע מאַטעריאַלן. חבֿרטע שאַמאַיִלאָװאַ זאָגט, אַז אירע חבֿרים האָבן חשק זיך צו לערנען דזשוהורי. װי אַ באַװײַז פֿון אָט דעם חשק האָט דער אַנסאַמבל „ריטעמס פֿון קאַװקאַז“, יונגע ייִנגלעך, אָנגעטאָן אין טראַדיציאָנעלע קאַװקאַזישע קלײדער, פֿאָרגעשטעלט אַ פֿאָלקסטאַנץ, אין סאַמע מיטן פֿון קאַפֿע.

אָט קען מען זען, װי אַזױ מע לערנט פֿאָלקסטענץ אין זײער ברוקלינער סטודיאָ:

פֿונעם ספֿרדישן קהילה־צענטער זענען מיר געגאַנגען אין דער סירישער שול „בני־יהודה“ (גיכער אַ „שטיבל“, לױט חבֿר פּערלין), װוּ מיר האָבן זיך געטראָפֿן מיטן חזן יוחאי כּהן, אַ ישׂראלי, װאָס שטאַמט פֿון טוניסיער און איראַקער ייִדן. חזן כּהן האָט פֿאַר אונדז מײַסטעריש געזונגען פּיוטים (ליטורגישע לידער) אינעם עכטן אַראַביש־ייִדישן „מאַקאַם“־סטיל, און זיך אַלײן באַגלײט אױף זײַן „אוד“ (לוטניע). ער האָט אױך אַרומגערעדט די אַנדערשקײטן פֿון די פֿאַרשײדענע ייִדישע דיאַלעקטן פֿון אַראַביש, אין פֿאַרגלײַך מיט די דיאַלעקטן, װאָס די אַראַבער רעדן. אין הײַנטיקן ניו־יאָרק װערט די צאָל ייִדיש־אַראַביש־קענערס אַלץ קלענער און קלענער, אָבער צוריק מיט עטלעכע יאָרהונדערט האָט געבליט אַ רײַכע ליטעראַטור אױף ייִדיש־אַראַביש, געשריבן מיטן העברעיִשן אַלף־בית פּונקט װי ייִדיש, לאַדינאָ און אַנדערע ייִדישע שפּראַכן.

חזן כּהן האָט מײַסטעריש געזונגען פּיוטים  אינעם עכטן אַראַביש־ייִדישן „מאַקאַם“־סטיל, און זיך אַלײן באַגלײט אױף זײַן „אוד“
חזן כּהן האָט מײַסטעריש געזונגען פּיוטים אינעם עכטן אַראַביש־ייִדישן „מאַקאַם“־סטיל, און זיך אַלײן באַגלײט אױף זײַן „אוד“

דער חזן יוחאי כּהן זינגט בײַ אַ שבֿע־ברכות אין ברוקלין:

נאָך דרײַ שעה איז די גרופּע אָנגעקומען אױפֿן דריטן אָפּשטעלפּונקט פֿונעם טור, די פּאַרעװע בעקערײַ „מאַנסוראַ“. דאָרטן האָבן מיר געכאַפּט אַ שמועס מיט דער בעל־הביתטע זשאָזיען מאַנסוראַ, װאָס איז אױפֿגעװאַקסן אין מעקנעס, מאַראָקאָ, און רעדט פֿראַנצײזיש פֿון דער הײם. פּאַסיװ קען זי אױך די שפּראַך כאַקעטיִע, דער דיאַלעקט פֿון לאַדינאָ, װאָס מע האָט גערעדט אין צפֿון־מאַראָקאָ, אָבער נישט קײן סך געשריבן. אין „מאַנסוראַ“ האָבן מיר פֿאַרזוכט די רעצעפּטן, װאָס די בעקערקע האָט געירשנט פֿון איר מאַנס משפּחה: באַקלאַװאַ, לאָקום („טערקיש־דעלײַט“) און אַנדערע ספֿרדישע מטעמים.

דעם לעצטן פּונקט פֿונעם מאַרשרוט האָט מען פּלאַנירט װי אַ צוגאָב־עקסקורסיע, װײַל מיר האָבן געדאַרפֿט פֿאָרן אַהין מיטן שטאָטישן אױטאָבוס. איך בין איבערגליקלעך, װאָס איך האָב באַשלאָסן צו בלײַבן מיט דער גרופּע עד־הסוף… אײַ, איז עס געװען כּדאַי! דער לעצטער פּונקט איז געװען ישׂראל מזרחיס ביכערקראָם, גיכער אַ סקלאַד, אין מאַרין־פּאַרק. (װעגן דעם יונגן בוכהענדלער און זײַן װוּנדערלעך־כאַאָטישער קאָלעקציע האָט דער ענגלישער „פֿאָרװערטס“ געדרוקט אַן אַרטיקל, שפּעטער איבערגעזעצט אױף ייִדיש.) חבֿר מזרחי האָט זיך מיט אונדז געטײלט מיט דער געשיכטע פֿון דער ביכער־פּראָדוקציע בײַ ייִדן, װאָס ער האָט געקענט פֿון אױסנװײניק. װאָס האָט מען געדרוקט אױף לאַדינאָ? מיט װיפֿל יאָר צוריק האָט מען געדרוקט די ערשטע איבערזעצונגען פֿון תּנ״ך אױף ייִדיש? נישט נאָר האָט ער געװוּסט די ענטפֿערס אױף אונדזערע פֿראַגעס, נאָר געװיזן די שײכדיקע ביכער, װאָס ער האָט געהאַט אױף די פּאָליצעס.

פֿון אַן אַלטן פֿאַרשטױבטן קאַסטן האָט ער אַרױסגעשלעפּט אַן אָריגינעלן עקזעמפּלאַר פֿון יקותיאל בליצעס „תּנ״ך בלשון אַשכּנז“, געדרוקט אין אַמסטערדאַם אין 17טן יאָרהונדערט, מיט אַ שער־בלאַט אױף לאַטײַן…! צו לייענען דעם זעלבן ספֿר, האָב איך ספּעציעל געבעטן רשות אין דער באָדלעאַנער ביבליאָטעק אין אָקספֿאָרד, װאָס איך האָב געמוזט עפֿענען אױף אַ באַשטימטן שױמגומענעם שטענדער. איך װאָלט זיך דעמאָלט נישט געקענט אױסמאָלן, אַז אין אַ פּאָר יאָר אַרום וועל איך געפֿינען אַ צװײטן עקזעמפּלאַר אין אַ ברוקלינער קעלער. (חבֿר מזרחי האָט מיר פֿאַרקױפֿט אַ שײנע און זעלטענע פֿאַקסימילע — אױך אַ גרױסע מציאה.) פֿאַר די ליבהאָבערס פֿון ייִדישע ביכער און ספֿרים איז די ביכערקראָם ממש נישט צום פֿאַרפֿעלן. און פֿאַר ליבהאָבערס פֿון ייִדישע שפּראַכן דינט די ביכערקראָם װי אַ מוזײ, װוּ מע קען זען, אױף אײן אָרט, ביכער און ספֿרים אױף די אַלע שפּראַכן, װאָס ייִדן האָבן װען געשריבן.

דער ערשטער טור פֿון דער „אַליאַנץ פֿאַר אָפּגעשװאַכטע שפּראַכן“ איז געװען זײער אַ געלונגענער, און נישט נאָר פֿאַר די געצײלטע לינגװיסטן, װאָס האָבן זיך אין אים באַטײליקט; די „אַליאַנץ“ האָט באַװיזן, אַז די װיכטיקסטע קולטורעלע אוצרות פֿון אונדזער שטאָט געפֿינען זיך נישט נאָר אין די באַרימטע מוזײען פֿון מאַנהעטן, אָבער אױך אױף דער גאַס, אין די בעקערײַען און אין די ביכערקראָמען פֿון די װײַטערע געגנטן. די שפּראַכן זענען לעבעדיקע באַשעפֿענישן, און אױב מע װיל זיך מיט זײ באַקענען אײדער זײ װערן פֿאַרגעסן, דאַרף מען פֿאָרן צו גאַסט און זיך טרעפֿן מיט די מענטשן, װאָס רעדן זײ נאָך אַלץ אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן.