צי האָט אַל־גאַזאַלי אינספּירירט די חרדים?

Did Al-Ghazali Influence Haredi Judaism?

אַל־גאַזאַליס מאַווזאָליי אין טוס, איראַן
Wiki Commons
אַל־גאַזאַליס מאַווזאָליי אין טוס, איראַן

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published November 19, 2015, issue of December 11, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

אַן אַנדער וויכטיקער פּונקט איז אַל־גאַזאַליס דערפֿאָלגרײַכער סינטעז פֿון די הויכע מיסטישע עבֿודות און חקירות מיט דער שטרענגער אָנגעהעריקייט צו דער הלכה. אין זײַן תּקופֿה האָבן זיך צעבליט פֿאַרשיידענע „ווילדע‟ באַוועגונגען, וואָס האָבן צוליב פּערזענלעכע גײַסטיקע זוכענישן זיך אַלץ ווײַטער אָפּגעפֿרעמדט פֿונעם אָרטאָדאָקסישן איסלאַם. אַל־גאַזאַלי האָט פֿאָרמולירט אַ שיטה, לויט וועלכער די אינערלעכע סודות פֿון רוחניות טאָרן נישט קומען אין סתּירה מיט די פּראַקטישע רעליגיעזע כּללים. לויט דער ייִדישער ווערסיע פֿון זײַן פֿילאָסאָפֿיע, מוז מען לעבן שטרענג על־פּי־הלכה, אויב מע וויל אַרײַנקוקן אין די קבלה־ספֿרים און פֿאַרנעמען זיך מיט חקירה־פֿאָרשונגען; חכמות און סודות טאָרן בשום־אופֿן נישט באַזײַטיקן דעם פּשט. אַזאַ צוגאַנג איז, אַוודאי, ברייט פֿאַרשפּרייט צווישן די הײַנטיקע חרדים.

בײַ אַ סך חסידים ווערט בלויז דער „כּוזרי‟ באַטראַכט ווי אַ כּשרער פֿילאָסאָפֿישער ספֿר, אין פֿאַרגלײַך מיטן סכּנותדיקן „מורה־נבֿוכים‟ פֿונעם רמב״ם. פּונקט צוליב דעם, וואָס רבי יהודה הלוי האָט נאָכגעפֿאָלגט אַל־גאַזאַליס פֿאָרזיכטיקן און אויסקלײַבערישן צוגאַנג צו פֿילאָסאָפֿיע, בלײַבט דער „כּוזרי‟ פּאָפּולער אַפֿילו אין די סאַמע אַנטי־פֿילאָסאָפֿישע חרדישע קרײַזן.

לויט אַל־גאַזאַלי, אַנשטאָט צו באַשליסט פֿאַר זיך, צי עפּעס איז ריכטיק אָדער שלעכט, מוז מע באַקומען אַ קאָמפּעטענטן פּסק־דין, ווײַל די ראַציאָנעלע מענטשלעכע מאָראַל איז אַ צווייפֿלהאַפֿטיקע אילוזיע, אין פֿאַרגלײַך מיט דער געטלעכער הלכה. ווידער, ווערט דער דאָזיקער אַרגומענט באַנוצט אין „ספֿר־הכּוזרי‟ און איז אָנגענומען בײַ די חרדים.

הגם דאָס וואָרט „פֿונדאַמענטאַליזם‟ איז לעצטנס פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ סטראַשוניק, באַצייכנט עס קאָנסערוואַטיוו־געשטימטע מענטשן, וואָס קאָנען זײַן גאַנץ פֿרידלעך און גוטהאַרציק, הגם זיי שטעלן די טראַדיציאָנעלע פֿרומקייט איבערן מענטשלעכן שׂכל און קאָנען צוליב דעם קומען צו סכּנותדיקע אויספֿירן. זײַענדיק אַ פֿאַרברענטער קעמפֿער פֿאַר דער איסלאַמישער אָרטאָדאָקסיע, האָט אַל־גאַזאַלי געהאַלטן, אַז בלויז אַ צדיק, וועלכער האָט אינגאַנצן אויסגערייניקט זײַן נשמה פֿון שלעכטע מידות, מעג גיין קעמפֿן מיט געווער קעגן די „אומגלייביקע כּופֿרים‟. די גראָבע עם־הארצישע יונגען מיט „קאַלאַשניקאָוו‟־ביקסן וואָלט ער זיכער נישט באַטראַכט ווי צדיקים.

אַזוי צי אַזוי, אויב ס׳איז טאַקע באַרעכטיקט צו באַטראַכטן אַל־גאַזאַלי ווי אַן אורפֿאָטער פֿון פֿונדאַמענטאַליזם, איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז זײַנע געדאַנקען האָבן אויך אויסגענומען אויף דער ייִדישער גאַס, און זײַן נאָמען ווערט דערמאָנט בכּבֿוד אין גאַנץ היימישע ספֿרים־הקדושים. ס׳איז איראָניש, אַז די ייִדישע גילגולים פֿון זײַן שיטה האָבן, מעגלעך, משפּיע געווען אויף די הײַנטיקע חרדים, וועלכע באַציִען זיך צו די פֿרעמדע השפּעות און אַלמענטשלעכע חקירות דווקא מיט אַ גרויסן חשד.