ייִדישיזם־קאָנפֿערענץ אין וואַרשע

Yiddishism Conference in Warsaw

פֿון לייזער בורקאָ

Published November 24, 2015, issue of December 11, 2015.

בעת אַ זיצונג אויף דער קאָנפֿערענץ
Beruriah Wiegand
בעת אַ זיצונג אויף דער קאָנפֿערענץ

פֿאַר דער מלחמה האָט מײַן זיידע, דעמאָלט אַ יונגער קאָמוניסט, געוווינט אין מיטן דער ייִדישער וואַרשע אויף פּאַוויאַ־גאַס 29 — ניט ווײַט פֿונעם אָרט פֿונעם נײַעם ייִדישן מוזיי און פֿונעם גרויסן דענקמאָל אין אָנדענק דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. אין דעם זיידנס צײַטן איז אויף דער פּאַוויאַ־גאַס געשטאַנען אַ גרויסע תּפֿיסה, וואָס האָט געהייסן דער „פּאַוויאַק‟. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָב איך געוואָלט אויסזוכן דעם זיידנס אַדרעס, אָבער גאָרניט געפֿונען: וואַרשע איז 90% צעשטערט געוואָרן אין דער מלחמה, און אַפֿילו ווען די גאַסן טראָגן די זעלביקע נעמען, געפֿינען זיי זיך ניט תּמיד אויף די זעלביקע ערטער. דאָרט, וווּ ס׳האָט געדאַרפֿט זײַן פּאַוויאַ 29, געפֿינט זיך הײַנט אַ פּאַרקירפּלאַץ, דאַכט זיך.

ווען איך בין דער פּרעזידענט פֿון פּוילן, וואָלט איך געלאָזט אײַנלייגן אינעם בעטאָן פֿונעם פּאַרקירפּלאַץ אַ גרויסן שילד מיט גילדערנע אותיות — אויף ייִדיש, אַוודאי: „אויף דעם אָרט האָט געוווינט דער יונגער קאָמוניסט וואָלף בורקאָ‟.

קיין סך רעשטלעך פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער וואַרשע זײַנען הײַנט ניט פֿאַרבליבן, אָבער ס׳איז נאָך אַלץ דאָ אַ סך וואָס צו זען. דער נײַער „פּולין־מוזיי פֿאַר דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן‟ איז טאַקע אויסערגעוויינטלעך — דער בעסטער ייִדישער מוזיי, וואָס איך האָב ווען עס איז געזען, און מיט אַ סך עקספּאָנאַטן אויף ייִדיש! דער מוזיי קומט זייער נאָענט צו דעם, וואָס די גרינדער פֿון „ייִוואָ‟ וואָלטן אפֿשר אויפֿגעבויט, ווען זיי וואָלטן הײַנט געלעבט, און געהאַט הונדערט מיליאָן דאָלאַר צו דער האַנט.

ס׳איז אויך דאָ דער „ייִדישער היסטאָרישער אינסטיטוט‟, וואָס פֿאַרמאָגט אַ גרויסע ביבליאָטעק און אַרכיוו, אַרײַנגערעכנט דער „עונג-שבת‟־אַרכיוו, וואָס דער היסטאָריקער עמנואל רינגעלבלום האָט אָרגאַניזירט אין דער וואַרשעווער געטאָ. כּמעט אַלע זאַמלער און מיטאַרבעטער פֿונעם „עונג-שבת‟ זײַנען אומגעקומען, אַרײַנגערעכנט רינגעלבלום אַליין; אָבער דעם גרעסטן טייל פֿונעם אַרכיוו האָבן זיי באַוויזן צו באַהאַלטן אין דער ערד און מ׳האָט עס נאָך דער מלחמה ווידער אויסגעגראָבן. דער „עונג־שבת‟־אַרכיוו איז אַ וויכטיקסטער קוואַל און עדות צום לעבן און טויט פֿון די וואַרשעווער ייִדן אין די מלחמה־יאָרן.