די אויפֿלעבונג פֿון דעמאָקראַטישן סאָציאַליזם

The Revival of Democratic Socialism

בערני סענדערס
Getty Images
בערני סענדערס

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published November 24, 2015, issue of December 11, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

און דאָך האָט שטענדיק דאָמינירט אין דער צײַטונג די אָנגעהעריקייט צו דעמאָקראַטישע פֿאָרמען פֿון סאָציאַליזם. דאָס איז געווען, אין תּוך אַרײַן, דער הויפּט־אונטערשייד צווישן דעם סאָציאַליזם פֿון דעם „פֿאָרווערטס‟ און דעם סאָציאַליזם פֿון די קאָמוניסטן. דעם טערמין האָט מען געניצט דעם זעלבן און אויפֿן יסוד — מאַרקסיזם — האָט מען זיך אויך אָנגעשפּאַרט דעם זעלבן, אָבער דער טײַטש איז געווען לחלוטין אַן אַנדערער.

אמת, אויף אַ קורצער ווײַלע האָט דער „פֿאָרווערטס‟ אונטערגעהאַלטן לענינס באָלשעוויקעס, ווען זיי זײַנען געקומען צו דער מאַכט אין יאָר 1917; אָבער מע האָט זיי דעמאָלט בכלל ברייט געשטיצט אין די סאָציאַל־דעמאָקראַטישע קרײַזן מיט אַ האָפֿענונג, אַז דער סאָוועטישער רעזשים וועט זיך, סוף־כּל־סוף, אַ קער טאָן צו דעמאָקראַטיע. און ווען אַזאַ „נס‟ איז ניט געשען, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ זיך אָפּגעשאָקלט פֿון מאָסקווע און זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ ביטער אַנטי־סאָוועטישער טריבונע.

ס׳איז אינטערעסאַנט ווי הײַנט איז די אידעע פֿון דעמאָקראַטישן סאָציאַליזם מגולגל געוואָרן אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. מע זעט עס בולט אין דער פּאָפּולערקייט פֿון בערני סענדערס, בפֿרט צווישן די אָנהענגער פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי. אַן אַנומלטיקער אויספֿרעג (//today.yougov.com/news/2015/10/17/debate-recap-most-americans-agree-bernie-about-hil) ווײַזט סימפּאַטיעס צו סאָציאַליזם מצד 49 פּראָצענט דעמאָקראַטן — בפֿרט, ווען די רייד גייט טאַקע וועגן דעמאָקראַטישן סאָציאַליזם.

מיר איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז בערני סענדערס קען אַרײַנפֿאָרן אין דעם „ווײַסן הויז‟. צוריק גערעדט, האָט מיר לעצטנס אַ קאָלעגע געזאָגט, אַז ער, וואָס האָט, ווי איך פֿאַרשטיי, פֿריִער געשטיצט די רעפּובליקאַנער קאַנדידאַטן, וואָלט אויסגעקליבן דווקא סענדערסן, אויב דעם צד־שכּנגד וואָלט פֿאָרגעשטעלט דאָנאַלד טראָמפּ.

וואָס מיינט די וואַקסנדיקע פּאָפּולערקייט פֿון דעמאָקראַטישן סאָציאַליזם? עס מיינט ניט, פֿאַרשטייט זיך, אַז עס האָט זיך צעברענט אַ ליבע צו לענינען צי צו קאַסטראָ, הגם חסידים פֿון אַזאַ סאָציאַליזם זײַנען אין אַמעריקע אויך דאָ. דער גרעסטער טייל סימפּאַטיקער פֿון סאָציאַליזם מיינען גאָר אַנדערע זאַכן; למשל, אַז אַ גרויסע צאָל אַמעריקאַנער ווילן זײַן זיכער וועגן זייער צוטריט צו מעדיצין און זיי וואָלטן געוואָלט שיקן זייערע קינדער זיך לערנען און ניט צאָלן דערבײַ משוגענע געלטער. מע וויל, בכלל, עס זאָל זיך באַווײַזן מער יושר אין דער געזעלשאַפֿט. מיט אַנדערע ווערטער, זיי ווילן דאָס זעלבע, וועגן וואָס עס האָט אַ מאָל אין די יאָרן, ווען ס׳איז נאָך קיין זכר פֿון „פֿייסבוק‟ ניט געווען, תּמיד געטענהט דער „פֿאָרווערטס‟.