אייגענע אידיאָמען, וואָס קענען צו ניץ קומען

Handy New Yiddish Expressions

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published December 04, 2015, issue of December 25, 2015.

אויף איבערצוזעצן פֿון ענגליש אויף ייִדיש אָדער פֿאַרקערט, מוז מען זײַן באַהאַוונט אין אַ פֿליסיקן ייִדיש, אין לשון־קודש, דער עיקר, ייִדישקייט, שוין אָפּגערעדט פֿון ענגליש מיט אירע שפּראַך־אוצרות — אַנישט טרעפֿט מען אין לא מיט אַ ספּאָדניצע.

נישט איין מאָל שוידער איך אויף, ווען איך קום צו די פּאָר שורות אין חיים גראַדעס „מײַן קריג מיט הערש ראַסײַנער‟, פֿון וועלכע איך האַלט אין איין שרײַבן און איבערחזרן די עוולה. דער איבערזעצער, מילטאָן הימלפֿאַרב, האָט געמאַכט אַ גראָבן טעות, וואָס האָט זיך געקלעפּט ווי אַרבעס צו דער וואַנט. עס האַנדלט זיך אין דער פֿראַזע:

„איך וועל דיר געבן אַ משל פֿונעם בן־מלך מיטן נזיר‟,

האָט דער איבערזעצער עס געטײַטשט:

“I will give you a parable of the Prince and the Nazarite.”

מילא, דער איבערזעצער האָט נישט פֿאַרשטאַנען, ווענדט מען זיך צו אַ ייִדיש־קענער. אין יענער צײַט איז נאָך געווען אַ שלל מיט זיי, וואָלט ער זיך דערוווּסט, אַז דער זאַץ האָט גאָר געהאַט צו טאָן מיט די כּוזרים, וועגן וועלכע יהודה הלוי האָט געשריבן וועגן זיי אין זײַן בוך. דער באַגריף האָט לגמרי גאָרנישט געהאַט צו טאָן מיטן קריסטלעכן באַגריף פֿון נאַזאַרין.

דעריבער האָב איך זיך אויף טשיקאַוועס אַוועקגעזעצט און צונויפֿגעזאַמלט אַ פּאָר ענגלישע אידיאָמען און זיי פּרובירט איבערצוזעצן אויף ייִדיש, און אָט האָט איר זיי:

The proof is in the pudding

ס’איז אַ ראיה פֿון דער אַלטער באָבע חיה

ס’איז אַ באַווײַז שוואַרץ אויף ווײַס.

You’re pulling my leg

עס שיטן זיך פֿון דיר חכמות ווי פֿון אַ ציג באָבקעס.

מאַכסט חוזק פֿון מיר.

She thinks she’s the only pebble on the beach

אַ בת־־יחידה און אַ צווייט ווײַב פֿירן אַלץ אויס.

זי דרייט זיך אַרום ווי אַ מחותּנתטע אויף אַ פֿרעמדער חתונה.

Times, they are a-changing

די וועלט שלאָפֿט נישט

צײַטן בײַטן זיך

Slow poke

פּאַנטאָפֿל פּאָסט

He is full of himself/busy bee

דער פּאַרך שוויצט,

זעט אויס, אַז ער איז שטאַרק פֿאַרנומען.

I insulted him

איך בין אים פֿאַרפֿאָרן אין דער לעבער, אין דער זיבעטער ריפּ.

It doesn’t last longer than an ice cube.

ס’געדויערט פֿון אסתּר תּענית ביז פּורים

He is a big shot.

ער איז אַ גאַנצער פֿלאָקן־שיסער, אַ גרויסער אויפֿטוער

He sold his soul to the devil

אַ פֿאַרקויפֿטע נשמה

Smart is not his idea of a deal.

מיט אים איז עס די צווייטע חכמה פֿון קאַרטאָפֿל שיילן.

How do you like them apples?

ווי געפֿעלן דיר די צווייטע טעג יום־טובֿ?

Don’t do me any favors

טו מיר נישט קיין מילכיקן חסד.

(אַ טובֿה וואָס ס’העלפֿט נישט)

Don’t delay -

האַלט נישט אויף דעם גלות.

A new version of the gospel

להבֿדיל, אַ נײַער שמע־קלינו.

No small potatoes

אַ שישקע, אַ הויכע שטעלע.

Out of the mouths of babes

קינדער קײַען וואָס אַלטע שפּײַען.

Cheap quality

די סחורה איז נישט מער ווי שפּינגע דע גינגע.

איך קען אַזוי אָנגיין אָן אַ סוף, אָבער דאָ מוז איך זיך אָפּשטעלן, די פּאָר פֿליישיקע אידיאָמען זײַנען בלויז אויף צו פֿאַרזוכן.

לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז ווערטער פֿאַרמאָגן אין זיך אַן אייגן לעבן. דער ריזיקער אָרגאַניזם, וואָס רופֿט זיך שפּראַך, איז אויך אַ שפּײַכלער פֿון אידיאָמען, אַן אוצר פֿון ניואַנסן, אײגנאַרטיקייט, מעטאַפֿאָרן, לעבנס־חכמה, הומאָר, סאַטירע, לײדן און פֿרײדן. אַ שפּראַך שפּיגלט אָפּ דעם גײַסט פֿון אַ פֿאָלק.

וויל איך פֿאַרענדיקן מיט די אַפֿאָריזמען, וואָס זענען טײַטש „ווי אַזוי שטאַרבט אַ מענטש?‟

  1. דער שנײַדער איז פֿאַרטיק מיט דער קאַפּאָטע.

  2. דער שוסטער האָט אויסגעצויגן די קאָפּעטעס.

  3. בײַם זייגערמאַכער שלאָגט די לעצטע שעה.

  4. דער אַקטיאָר האָט אויסגעשפּילט דעם לעצטן אַקט און געענדיקט די קאָמעדיע.

  5. דעם דאָקטער העלפֿט שוין נישט קיין דאָקטער.

  6. דער גאַסן־קערער ווערט צוריק שטויב.

  7. בײַם עלעקטריקער איז אויסגעגאַנגען די עלעקטריע.

  8. דער בוכהאַלטער האָט געמאַכט דעם לעצטן חשבון מיט אַ סך־הכּל.

  9. בײַם פֿידלער האָט געפּלאַצט די סטרונע.

  10. דער פּויער קריגט צוריק זײַנע פֿיר אײַלן ערד.

נעמט זיך אין זינען, אַז ייִדיש איז אַ שווערע אַרטילעריע — און לײַכט ווי אַ פֿעדער.