אַ ייִדיש־פּרעזענטאַציע אין פּאַלאָ־אַלטאָ

Yiddish Presentation in Palo Alto

איינער פֿון רחל־מלכּה שאָלינס עקספּאָנאַטן
איינער פֿון רחל־מלכּה שאָלינס עקספּאָנאַטן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 06, 2015, issue of December 25, 2015.

דעם 9טן דעצעמבער, 9:30 אַזייגער אינדערפֿרי, וועט אין דער קאָנסערוואַטיווער שיל „קול־אמת‟, וואָס געפֿינט זיך אין דער שטאָט פּאַלאָ־אַלטאָ, אינמיטן דעם קאַליפֿאָרניער „סיליקאָן־טאָל‟, פֿאָרקומען אַ חנוכּה־לעקציע וועגן ייִדיש מיט אַ קאָמפּיוטער־פּרעזענטאַציע פֿון פֿאַרשיידענע פּערזענלעכע חפֿצים, וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער ייִדישער שפּראַך, אַרײַנגערעכנט אַמאָליקע רעפּעצטן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟. די באַטייליקטע וועט מען מכבד זײַן מיט בייגל, דערפֿאַר טראָגט די לעקציעס דעם נאָמען „עסט, דאַוונט און האָט ליב אויף ייִדיש‟. די עקספּאָנאַטן פֿון דער עלעקטראָנישער אויסשטעלונג האָט זיך אַנטדעקט בעתן איבערקוקן די אַלטע שטוב־זאַכן אין איר 80־יאָריקן משפּחה־הויז.

רחל־מלכּה שאָלין, וועלכע פֿירט דורך די אונטערנעמונג, האָט איבערגעבען דעם „פֿאָווערטס‟, אַז זי וועט אויך מיטברענגען אין דער שיל עטלעכע ייִדישע ביכער. אין איר קאָמפּיוטער־פּרעזענטאַציע אויפֿן עקראַן, וועט שאָלין דערמאָנען די מתפּללים פֿון דער שיל, אַז אַמאָל האָבן די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן זיך באַנוצט מיט זייער אייגענער שפּראַך אין אַלע ספֿערעס פֿונעם לעבן — פֿון די געבורט־דאָקומענטן און חתונה־אײַנלאַדונגען, ביז צײַטונג־אַרטיקלען און צוואָות. ייִדישע פֿרויען פֿלעגן לייענען „צאינה־ראינה‟ אָדער חומש מיט עבֿרי־טײַטש, און די מענער האָבן אָפּגעטײַטשט די פּסוקים אויף ייִדיש אין די שילן.

אין אַזעלכע ייִדיש־צענטערס, ווי ניו־יאָרק אָדער מאָנטרעאָל, איז עס נישט קייט חידוש. בײַ די חסידישע כּלות בלײַבן שיין־באַפּוצטע „צאינה־ראינהס‟ און תּחינות — נייטיקע חתונה־מתּנות; און גאַנצע ניו־יאָרקער קוואַרטאַלן זענען פֿול מיט ייִדישע וויטרינעס. פּאַלאָ־אַלטאָ איז אָבער ווײַט פֿון הײַנטצײַטיקע צענטערס פֿון ייִדיש־קולטור. הגם שאָלין אַליין פֿאַרשטייט ייִדיש, וועט זי פֿירן איר שמועס אויף ענגליש. זי באַמערקט, אַז פֿאַר אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן פֿונעם עלטערן דור ווערט ייִדיש אַסאָציִיִרט מיט די זכרונות וועגן זייערע באָבע־זיידעס, וועלכע פֿלעגן אַריבערגיין אויף דער „געהיימער‟ שפּראַך, כּדי די ענגליש־רעדנדיקער אייניקלעך זאָלן נישט פֿאַרשטיין זייערע סודות.

הגם פּאַלאָ־אַלטאָ איז באַקאַנט ווי אַ וועלט־צענטער פֿון מאָדערנסטע קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס, זענען אין דער דאָזיקער שטאָט נישט לאַנג צוריק פֿאָרגעקומען אַ צאָל אונטערנעמונגען מיט אַ היימישן ייִדישן טעם. מיט אַ יאָר צוריק איז אינעם אָרטיקן ייִדישן קהילה־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון משפּחה אָשמאַן פֿאָרגעקומען דער פֿעסטיוואַל פֿון כּלי־זמרישער מוזיק, „קלעז־קאַליפֿאָרניע‟. דזשאָרדען בראַון, איינער פֿון די יונגע ייִדישיסטן, וועלכער באַטייליקט זיך אין דער ייִדישער לערן־פּראָגראַם 2015—2016 בײַ דער אַמהערסטער „ייִדישער ביכער־צענטראַלע‟, קומט אַרויס פֿון פּאַלאָ־אַלטאָ. אַ ייִדישע ווערסיע פֿון „ווינדאָוז‟ וועלן מיר אָבער, מסתּמא, קיינמאָל פֿון דאָרטן נישט באַקומען.