ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published December 07, 2015, issue of December 25, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

פּראָפֿעסאָר שרון ליוען
פּראָפֿעסאָר שרון ליוען

אַנערקענונג פֿאַר אַ װיסנשאַפֿטלער, װאָס באַקעמפֿט די „אײדס‟־קראַנקײט

דער מעלבורנער פּראָפֿעסאָר שרון ליוען, אַ דאָקטאָר פֿון מעדיצין, װאָס ספּעציאַליזירט זיך אינעם אױספֿאָרשן די „אײדס‟־קראַנקײט, איז אַנערקענט געװאָרן פֿאַר אָט דער אַרבעט. זי האָט באַקומען דעם פּיטער װילס מעדאַל פֿון דער אָרגאָניזאַציע „ריסערטש אָסטרעליע‟ (אױספֿאָרשונג אױסטראַליע).

90 יאָר „מכּבי־אױסטראַליע‟

די ספּאָרט־אָרגאָניזאַציע „מכּבי־אױסטראַליע‟ האָט געפֿײַערט 90 יאָר זינט זי איז געגרינדעט געװאָרן. „מכּבי־אױסטראַליע‟ באַשטײט פֿון אַ 50 ספּאָרט־קלובן מיט 6,500 מיטגלידער. אַן ערך 450 זײַנען בײַגעװען אױף דער פֿײַערונג, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין מעלבורן. „מכּבי־װיקטאָריע‟ האָט געמאָלדן אױף דער פֿײַערונג װעגן דעם אָנהײב פֿון אַ נײַער פּראָגראַם, װאָס דאַרף פֿאַרגרעסערן איר מיטגלידערשאַפֿט דורך אַ געהעכערטן סטאַנדאַרט פֿון אָנלערנען און אַדמיניסטראַציע, װי אױך דאָס פֿאַרבעסערן די ספּאָרט־ערטער אירע.

אַ גוט יאָר בײַם פֿאַראײניקטן ישׂראל־אַפּיל

דער ציוניסטישער אױסטראַלישער פֿאַראײניקטער ישׂראל־אַפּיל האָט געמאָלדן, אַז ער האָט געהאַט זײער אַ דערפֿאָלגרײַך יאָר. די אָרגאָניזאַציע האָט געזאַמלט מער װי 15.3 מיליאָן אױסטראַלישע דאָלאַרן לטובֿת מדינת־ישׂראל במשך פֿונעם יאָר 2015. די צוגעזאָגטע געלטער זײַנען געשטיגן מיט 16% אין פֿאַרגלײַך מיטן פֿאָריקן יאָר.