ענטפֿער צו אַ „פֿאָרווערטס‟־לייענער, 1956

Response to a Forverts Reader, 1956

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published December 08, 2015, issue of December 25, 2015.

Library of Congress

דעם 24סטן נאָוועמבער 1956 איז אין „פֿאָרווערטס‟ אַרויס אַן אַרטיקל, געשריבן דורך דעם דעמאָלטיקן רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג הלל ראָגאָף. די טעמע, וואָס ער האָט באַרירט, איז אָפּגעשפּיגלט געוואָרן אין דעם טיטל פֿונעם אַרטיקל: „רעליגיע אויף דער ייִדישער גאַס‟. אין דער אמתן, איז די רייד געגאַנגען, דער עיקר, ניט וועגן ייִדן בככל, נאָר וועגן דער היגער „גאַס‟, דאָס הייסט וועגן דעם מצבֿ אין אַמעריקע.

ראָגאָף האָט געשריבן אַן ענטפֿער אויף אַ בריוו (אויך געדרוקט אין דער צײַטונג) פֿון דעם יוניאָן־טוער יוסף ברעסלאַוו, וועלכער האָט געבעטן צו דערקלערן אים און זײַנע חבֿרים די באַציִונג פֿון דער צײַטונג צו רעליגיע. ברעסלאַוו האָט דערמאָנט, אַז אַמאָל זײַנען ייִדישע סאָציאַליסטן געווען גאַנץ מיליטאַנטיש געשטימט צו רעליגיע, געהאַלטן זי פֿאַר אַ מניעה אויפֿן וועג צו אַ יושרדיקער, פּראָגרעסיווער צוקונפֿטיקער געזעלשאַפֿט. אָבער דער מחבר פֿונעם בריוו האָט באַמערקט, אַז דער „פֿאָרווערטס‟ איז געוואָרן מילד צו פֿרומע ייִדן. און צו מאָל האָט פּשוט געמאַכט אַ שווײַג, ווען דער לייענער האָט דערוואַרט פֿון דער צײַטונג אַ קלאָרע אָפּשאַצונג פֿון געשעענישן, פֿאַרבונדן מיט די חרדים.

כאַראַקטעריסטיש, אַז ראָגאָף האָט די פּאָזיציע פֿון זײַן צײַטונג, אין תּוך אַרײַן, ניט דערקלערט, סײַדן די ווערטער, אַז דער „פֿאָרווערטס‟ האָט ניט קיין באַציִונג צו רעליגיע, קען פֿאַררעכנט ווערן פֿאַר אַן ענטפֿער. אַנשטאָט דעם האָט ער באַשריבן די געשיכטע פֿון דער פּראָבלעם. און דאָס איז אויך אינטערעסאַנט, ווײַל ראָגאָף איז געווען זייער אַ גוטער קענער פֿון דעם אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן, און זײַן אַנאַליז איז באמת וואָגיק.

לויט זײַן מיינונג, האָבן די ייִדישע ראַדיקאַלן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן ניט געפֿירט קיין ערנסטן קאַמף קעגן רעליגיע. אַפֿילו די אַנאַרכיסטישע „יום־כּיפּור־באַלן‟ זײַנען ניט געווען קיין טייל פֿון אַזאַ קאַמף. מע האָט אַזעלכע באַלן געהאַלטן פֿאַר אַ גוטן אײַנפֿאַל צו פֿאַרווײַלן זיך אויף אַזאַ אופֿן.

קיין ערנסטן קאַמף האָט מען ניט געפֿירט, ווײַל ס׳איז ניט געווען באַזונדערס מיט וועמען צו קעמפֿן. דאָס לעבן אַליין האָט זייער היפּש אָפּגעשוואַכט די השפּעה פֿון פֿרומע ייִדן. פֿאַרבונדן איז עס געווען, קודם־כּל, מיט דעם פֿאַקט, וואָס פֿרומע עלטערן פֿלעגן, בדרך־כּלל, „פֿאַרלירן‟ זייערע קינדער. קיין אַנטוויקלטע סיסטעם פֿון ייִדישע לערן־אַנשטאַלטן איז דעמאָלט ניט געווען, און דערפֿאַר האָבן ייִדישע קינדער זיך געלערנט אין אַלגעמיינע אַמעריקאַנער שולן. דער סוף איז געווען, אַז ס’רובֿ פֿון זיי זײַנען אויסגעוואַקסן אָפּגעריסן פֿון די טראַדיציעס, וועלכע זײַנען געווען טײַער זייערע עלטערן. ראָגאָף האָט עס געוווּסט זייער גוט — זײַנע עלטערן זײַנען געווען פֿרום.

די צווייטע „מפּלה‟ פֿון די פֿרומע ייִדישע אימיגראַנטן איז געווען פֿאַרבונדן מיט שבת. כּל־זמן די געשעפֿטן, וווּ די ייִדן האָבן געאַרבעט, האָבן זיך קאָנצענטרירט אין דער ייִדישער געגנט — קודם־כּל אין איסט־סײַד, האָט מען געקענט אַרבעטן זונטיק, אַנשטאָט שבת. אָבער ביסלעכווײַז זײַנען אַ סך ייִדישע אונטערנעמונגען אַריבער אין אַנדערע, געמישטע געגנטן, און דאָס האָט געפֿאָדערט פֿון די ייִדן, וועלכע האָבן דאָרטן געאַרבעט, זיך אָפּצוזאָגן פֿון האַלטן שבת.

מיט כּשרות איז אויך געווען אַ פּראָבלעם. פֿאַרלאָזלעכע כּשרע פֿלייש און אַנדערע מינים עסנוואַרג האָבן געקאָסט טײַער, און גאָר ניט אַלע ייִדן האָבן געקענט און געוואָלט האָבן אַזעלכע הוצאָות. פֿלעגט מען קויפֿן אָדער אין אַזעלכע קראָמען, וואָס זײַנען געווען כּמו־כּשר און ביליקער, אָדער פּשוט גיין אין ניט־כּשרע קראָמען.

עס הייסט ניט, אַז סאָציאַליסטן האָבן אין גאַנצן ניט געפֿירט קיין דעבאַטן מכּוח רעליגיע און ייִדישע מינהגים. אָבער דאָס האָט געהאַט אַ קנאַפּן שײַכות צום קאַמף קעגן רעליגיע. אין דער אמתן, איז עס געווען אַ וויכּוח וועגן דער נאַציאָנאַלער פֿראַגע. די סאָציאַליסטן, וועלכע האָבן געשטיצט די טראַדיציע (צווישן זיי איז געווען אַבֿ. קאַהאַן, דער רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס‟ ביז 1951), האָבן געקוקט אויף די מינהגים ווי אויף אַ וויכטיקן טייל פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה, וועלכע מע האָט געדאַרפֿט אַזוי אָדער אַנדערש אָפּהיטן.

ראָגאָף האָט מסכּים געווען, אַז אין די 1950ער יאָרן זײַנען די פֿרומע קרײַזן אין אַמעריקע געוואָרן שטאַרקער. ער האָט דערמאָנט אַ פּאָר סיבות פֿאַר אַזאַ שינוי. קודם־כּל, האָט צו יענער צײַט אַ גרעסערע צאָל קינדער און יונגע לײַט זיך געלערנט אין ייִדישע לערן־אַנשטאַלטן. זייער וויכטיק איז געווען אויך דאָס אײַנפֿירן, אין יאָר 1940, פֿון דעם סוף־וואָך — מיט שבת און זונטיק ווי פֿרײַע טעג. דאָס האָט געמאַכט אַ סך גרינגער צו היטן שבת. און דאָך האָט ראָגאָף געהאַלטן, אַז אין דער צײַט, ווען ער האָט געשריבן דעם אַרטיקל, איז די אַמעריקאַנער „ייִדישע גאַס‟ ניט געוואָרן באמת פֿרום. עס האָבן סײַ־ווי־סײַ דאָמינירט וועלטלעכע קרײַזן.