וואָס האָט שׂריד נישט באַוויזן צו לאָזן

This Sarid Did Not Survive

יאָסי שׂריד ז״ל בײַ זיך אין דער היים, 2012, און דער שער־בלאַט פֿון זײַן לידער־בוך „שירים אחרי‟ (לידער נאָך), 2010
יאָסי שׂריד ז״ל בײַ זיך אין דער היים, 2012, און דער שער־בלאַט פֿון זײַן לידער־בוך „שירים אחרי‟ (לידער נאָך), 2010

פֿון עדי מהלאל

Published December 10, 2015, issue of December 25, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

אַ סך מענטשן, אַרײַנגערעכנט דער פּרעמיער נתניהו, דערמאָנען איצט שׂרידס אויסערגעוויינטלעכע רײַכע העברעיִשע שפּראַך, און ווי ער פֿלעגט זי באַניצן, כּדי אויסצודריקן זײַן שאַרפֿע פּאָליטישע קריטיק. נישט גענוג מענטשן ווייסן וועגן זײַן ליטעראַרישער קאַריערע, וואָס האָט געבליט אין די יאָרן נאָך זײַן רעזיגנירונג פֿון דער כּנסת. נעמט, למשל, זײַן ליד „בובה‟ (ליאַלקע):

וואָס קען מען טאָן, ס׳איז געשען,
כ׳האָב זיך אין די הויזן באַפּישט.
ס׳זענען קיין אַנדערע קליידער
אין קינדער־גאָרטן נישט געווען,
אָבער ס׳איז יאָ געווען אַ גרויסע ליאַלקע,
וואָס מע האָט זי אויסגעטאָן
און מיר אירע קליידער אָנגעטאָן
„ליאַלקע־יאָסי, יאָסי די ליאַלקע‟,
פֿון דעמאָלט אָן קאָנטראָליר איך,
צי זענען נישטאָ קיין
פֿעדעם אין מײַן רוקן.
עס זאָל זײַן קלאָר,
אַז איך בין נישט אײַער ליאַלקע.

אין דעם ליד דריקט שׂריד אויס זײַן אינדיווידואַליזם, זײַן גרייטקייט צו גיין קעגן דעם שטראָם, זײַן אידעיִשע אומאָפּהענגיקייט, און דערצו זײַן פֿעמיניזם. שׂריד איז תּמיד געווען אַן אָרנטלעכער מענטש פֿון פֿעסטע פּרינציפּן, וואָס קיינער האָט מיט אים נישט געקאָנט מאַניפּולירן, ווי מיט אַ מאַריאָנעטקע. זײַן דערקלערונג אין אָט דעם ליד, אַז אים וועט מען שוין נישט אָנשרעקן, ווערט טראַנסמיטירט דערצו מיט אַ דינעם שיכט פֿון הומאָר (דאָס באַפּישן זיך אין די הויזן); עפּעס, וואָס איז אויך געווען זייער טיפּיש צו שׂרידס אייגנאַרטיקן נוסח פֿון אויסדריקן זיך. אין אַן אַנדער ליד פֿון דער זעלבער תּקופֿה שרײַבט ער: