ווידעאָ: אַ ייִדיש ליד אינעם „ווײַסן הויז‟

Video: A Yiddish Song at the White House

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 13, 2015, issue of January 08, 2016.

שוין לאַנגע יאָרן פֿירט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט אָן מיט אַ חנוכּה־שׂימחה אינעם „ווײַסן הויז‟.

די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע, וואָס איז בפֿירוש באַרימט פֿאַרן פּראַכט און עלעגאַנץ פֿון אירע אָפֿיציעלע מלוכישע מאָלצײַטן און די פֿײַערונגען פֿון די מלוכישע חגים („דאַנקטאָג‟, ניטל און אַזוי ווײַטער) קערט וועלטן צוצוגרייטן איר יערלעכע חנוכּה־שׂימחה. קיין חידוש איז עס דערפֿאַר ניט, וואָס אַ פֿאַרבעטונג אויף דער יערלעכער פֿײַערונג איז געוואָרן אַ ריזיקער סטאַטוס־סימבאָל צווישן די גרויסע ייִדישע באלעבאַטים פֿון אַלע קרײַזן.

כאָטש די קלינטאָן־אַדמיניסטראַציע האָט אויסגעקליבן די געסט אויף איר חנוכּה־שׂימחה פֿון צווישן די גרויסע קנאַקערס פֿון דער כּמו־אָפֿיציעלער ייִדישער קהילה — דאָס הייסט, די פֿעדעראַציעס און מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע רבנים, האָט דזשאָרדזש דאָבליו בוש אָנגעהויבן אַ טראַדיציע פֿון פֿאַרבעטן אַ מער פֿאַרשידנאַרטיקן עולם. בעת דער בוש־אַדמיניסטראַציע האָט מען אָנגעהויבן צו פֿאַרבעטן ניט בלויז די פֿעדעראַציע־לײַט און די מענטשן פֿון „אײפּאַק‟ און ענלעכע פּאָליטישע גרופּעס, נאָר אויך עסקנים און אַנדערע אָנפֿירער פֿון די וויכטיקסטע חסידישע צדקה־אָרגאַניזאַציעס.

אַזאַ טענדענץ איז נאָך מער בולט מיט דער חנוכּה־שׂימחה בײַ אָבאַמאַן אין דער היים. מע פֿאַרבעט פֿאָרשטײַער פֿון אַלע מינים ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און געזעלשאַפֿטלעכע שיכטן. הײַיאָר האָט, למשל, אַ ראַבינערטע געמאַכט די הויפּט־ברכה אין דער זעלביקער צײַט, וואָס די פֿאָרשטייער פֿון דער חסידישער קהילה האָבן געשמועסט מיט די פֿאָרשטײער פֿון די פֿעדעראַציעס.

צווישן די געסט האָט מען פֿאַרבעטן דעם חסידישן זינגער ליפּאַ שמעלצער אויפֿצוטרעטן מיט לידער. ווי איר קענט זען אינעם שטיקל פֿילם, האָט שמעלצער געכאַפּט אַ שמועס סײַ מיטן פּרעזידענט, סײַ מיט דער ערשטער פֿרוי און זיי צוגעזאָגט צו מאַכן פֿאַר זיי אַ גאָלדענע און זילבערנע יאַרמלקע.

בײַם סוף פֿונעם פֿילם זינגט ליפּאַ זײַן באַקאַנט ליד „אַבי מע לעבט‟. עס קען זײַן, אַז דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל אין לאַנגע יאָרן, וואָס מע האָט געזונגען אַ ייִדיש ליד אויף אַ מלוכישער צוזאַמענפֿאָר אַחוץ דעם „פּאַרטיזאַנער־ליד‟, וואָס מע זינגט יעדעס יאָר פֿאַרן קאָנגרעס אויף יום־השואה.