ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published December 14, 2015, issue of January 08, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די מעלבורנער ישיבֿה גרינדעט אַ נײַע פּראָגראַם

די מעלבורנער ישיבֿה און איר טאָגשול האָבן געמאָלדן, אַז די אָרגאַניזאַציע גרינדעט אַ נײַע פּראָגראַם אַרױסצוהעלפֿן די, װעלכע האָבן געליטן סעקסועלע מיסברױכן בעת זײ זײַנען געװען תּלמידים פֿון דער מעלבורנער ישיבֿה. די געליטענע, װעלכע זײַנען דעמאָלט אַלט געװען װײניקער װי 18 יאָר מעגן אָנטײלנעמען אין דער פּראָגראַם, װאָס פֿאַרזיכערט זײ מיט פֿינאַנציעלער אונטערשטיצונג, פּסיכאָלאָגישער באַדינונג, די מעגלעכקײט צו טרעפֿן זיך מיט מיטגלידער פֿון דער איצטיקער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער ישיבֿה און, אױב דאָס איז זײער באַגער, אַן אַנטשולדיקונג פֿון דער ישיבֿה, װאָס אַנערקענט זײערע לײַדן.

יחיאל בעלפֿער, אַ פֿאָרשטײער פֿון דער נײַער אָנפֿירערשאַפֿט, האָט פֿאַרזיכערט די געליטענע, אַז זײ זײַנען געװען אומשולדיקע קינדער און אַז „זײ האָבן געהאַט דאָס רעכט צו זײַן געשיצט און געהיט‟. ער האָט אױך געזאָגט, אַז זײ זײַנען געװען באַרעכטיקט צו פֿילן זיך זיכער אין זײער טאָגשול, כּדי זײ זאָלן דערגרײכן זײער פֿולן פּאָטענציעל. „אין די אַלע פּרטים האָבן מיר אײַך אַנטױשט,‟ האָט ער פֿאָרגעזעצט, צוגעבנדיק, אַז די ישיבֿה איז נישט בכּוח דאָס גוט צו מאַכן. מעני װאַקס, דער פֿאָרשטײער פֿון די געליטענע, האָט אױסגעדריקט זײַן פֿרײד און שטאָלץ, װאָס ער האָט געקענט בײַזײַן בײַ דער מעלדונג פֿון דער נײַער פּראָגראַם. ער האָט גערופֿן אַלע געליטענע צו „האַנדלען װי עס פּאַסט זײ אַם־בעסטן‟.

לײבאָר־פּאַרלאַמענטאַריער, פֿרײַנד פֿון מדינת־ישׂראל

לײבאָר־פּאַרלאַמענטאַריער האָבן געטאַדלט דעם געװעזענעם לײבאָריסטישן אױסערן־מיניסטער באָב קאַר נאָך דעם, װי ער האָט זיך באַקלאָגט, אַז „די גרױסע אַראַבישע שטאָט‟, ירושלים, װערט „יודאַיִזירט‟. לײבאָרס איצטיקער פֿאָרשטײער פֿאַר אױסערן־ענינים האָט אונטערגעשטראָכן, אַז די לײבאָר־פּאַרטײ איז נישט מסכּים מיט קאַרס מײנונגען, װעלכע זײַנען, לױט אים, „נישט פּראָדוקטיװ‟.

די לײבאָר־פּאַרלאַמענטאַריער אין דעם שטאַט װעסטערן באַטראַכטן איצט די מעגלעכקײט פֿון גוטהײסן אַ רעזאָלוציע, װאָס טאַדלט די כװאַליע אָנפֿאַלן אױף ציװילע ישׂראלדיקע בירגער מיט מעסערס, און אױך די ראָלע פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ בײַם דערמוטיקן אַזעלכע אָנפֿאַלן. די רעזאָלוציע לײקנט, אַז עס איז פֿאַראַן אַ מאָראַלישע עקװיװאַלענץ צװישן די באַפֿאַלער און די באַפֿאַלענע, און לײקנט אױך, אַז די ייִדישע ייִשובֿים זײַנען דער עיקרדיקער שורש פֿון די פּראָבלעמען צװישן מדינת־ישׂראל און די פּאַלעסטינער.

די לײבאָר־פּאַרלאַמענטאַריער אינעם שטאַט קװינסלאַנד האָבן געגרינדעט דעם ערשטן אױסטראַליע־ישׂראלדיקן לײבאָר־דיאָלאָג אין חודש נאָװעמבער. דער געװעזענער לײבאָר־פּרעמיער פֿונעם שטאַט האָט אונטערגעשטראָכן די װיכטיקײט, אַז די לײבאָר־פּאַרלאַמענטאַריער זאָלן וויסן װאָס מער װעגן ישׂראל.

דער איצטיקער אָנפֿירער פֿון דער פֿעדעראַלער פּאַרלאַמענטאַרישער לײבאָר־פּאַרטײ, ביל שאָרטן, האָט אָפּגעלײגט זײַן פּלאַנירטן װיזיט קײן ישׂראל. ער פֿאַרזיכערט אָבער, אַז ער װעט באַזוכן די מדינה אין גיכן.