אַ נײַער ישׂראל־בױקאָט אין ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט

A New Boycott Campaign at NYU

אַ באַשײדענער פּראָטעסט קעגן „אַפּאַרטהײַד“ אין ישׂראל אין מאַרץ 2015, ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט
אַ באַשײדענער פּראָטעסט קעגן „אַפּאַרטהײַד“ אין ישׂראל אין מאַרץ 2015, ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט

פֿון איציק בלימאַן

Published December 17, 2015, issue of January 08, 2016.

זונטיק, דעם 6טן דעצעמבער, האָב איך באַקומען אַן אומגעריכטן אָנזאָג אױף „פֿײסבוק“ פֿון מײַנעם אַ חבֿר, שמואל זערין, אַ ייִדישיסט און דאָקטאָראַנט פֿון מוזיק אין ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט. שמואל האָט מיר (און אַכט אַנדערע דאָקטאָראַנטן פֿון זעלבן אוניװערסיטעט) אָנגעזאָגט, אַז ער האָט צונויפֿגעשטעלט אַ פּעטיציע, װאָס איר ציל איז איבערצוצײַגן די יוניאָן פֿון גראַדויִר־סטודענטן, זײ זאָלן נישט שטיצן קײן בױקאָט קעגן ישׂראל. װאָס פּלוצעם „בױקאָט קעגן ישׂראל“? — האָב איך געטראַכט. כ׳האָב בכלל נישט געהערט פֿון אַזאַ זאַך.

װען איך האָב אַ קוק געטאָן אױף שמואלס פּעטיציע, האָב איך זיך געכאַפּט, אַז אַ גרופּע אַנטי־ציוניסטישע אַקטיװיסטן האָט אָנגעזאַמלט אַ גאַנץ נישקשהדיקע צאָל חתימות אױף אַ פֿריִערדיקער פּעטיציע — אַ רוף צו דער יוניאָן, זײ זאָלן זיך אָפֿיציעל אַפֿיליִיִרן מיט דער אינטערנאַציאָנאַלער באַװעגונג צו בױקאָטירן און סאַנקציאָנירן מדינת־ישׂראל („BDS“). דער טעקסט פֿון דער ערשטער פּעטיציע איז, פֿאַרשטײט זיך, זײער אַ פּאָלעמישער — אַן אײנזײַטיקע קריטיק, װאָס באַשולדיקט ישׂראל, און ממש נאָר ישׂראל, אין פֿאַרברעכנס קעגן אומשולדיקע מענטשן, אָן צו דערמאָנען די ישׂראלים, װאָס זענען דערהרגעט געװאָרן פֿון די אַראַבישע טעראָריסטן. די אַפֿיליאַציע מיט דער אינטערנאַציאָנאַלער בױקאָט־באַװעגונג מײנט, אַז ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט װאָלט געמוזט אױפֿהערן מיטאַרבעטן מיט אַלע ישׂראלדיקע אינסטיטוציעס, צװישן זײ די אוניװערסיטעטן, װאָס װערן אונטערגעשטיצט פֿינאַנציעל פֿון דער רעגירונג. דאָס איז פּראָבלעמאַטיש, נישט נאָר װײַל אונדזער אוניװערסיטעט האָט אַ קאַמפּוס אין תּל־אָבֿיבֿ, נאָר אױך, װײַל עס װאָלט באַגרענעצט די געלעגנהײטן פֿון אונדזערע סטודענטן צו פֿאָרן אױף קאָנפֿערענצן אין ישׂראל, דרוקן זײערע אַרבעטן אין די ישׂראלדיקע פּובליקאַציעס און פֿאַרבעטן ישׂראלים צו רעדן אין זײערע אָפּטײלן (װײַל רובֿ ישׂראלים אין דער אַקאַדעמיע זענען דאָך געװען זעלנער אין צה״ל).

צװישן די אונטערגעשריבענע אױף דער פּעטיציע האָב איך באַמערקט די נעמען פֿון אַכט לינגװיסטן — דאָס הייסט, מײַנע אײגענע סטודענטן־קאָלעגן, װאָס אַרבעטן מיט מיר אינעם זעלבן בנין. װי אַזױ האָבן זײ געהערט פֿון דער פּעטיציע, און איך — נישט? ס׳איז נישט אָנגעקומען אין מײַן בליצבריװ־קאַסטן קײן אײן מעלדונג װעגן דער פּעטיציע, און איך האָב פֿון קײנעם נישט געהערט װעגן דעם ענין. די נעמען האָבן מיך אױך זײער פֿאַרחידושט: אײנער איז אַ נײַער סטודענט פֿון כינע, װאָס פֿון אים האָב איך קײן מאָל נישט געהערט קײן אײן פּאָליטיש װאָרט אױף קײן שום טעמע; און דער נאָמען פֿון מײַנער אַ קאָלעגין, װאָס האַלט דװקא יאָ פֿון אַ בױקאָט קעגן ישׂראל, האָט געפֿעלט אין דער פּעטיציע. װאָס איז בכלל געשען?

האָב איך געשטעלט די פֿראַגע מײַנעם אַ חבֿר, װאָס זײַן נאָמען איז געשטאַנען צװישן די חתימות. לױט אים איז אַרײַנגעקומען צו אים אין ביוראָ אײנער אַ פֿאָרשטײער פֿון דער יוניאָן, װאָס האָט געבראַכט די פּעטיציע און געבעטן, אױפֿן אָרט, אַז מײַן חבֿר זאָל זיך אונטערשרײַבן. דאָס לײגט זיך אױפֿן שׂכל: אַ העלפֿט פֿון די נעמען װאָס איך האָב געקענט, זענען סטודענטן פֿון ערשטן יאָר, װאָס אַרבעטן אין אײנעם אינעם זעלבן צימער. די אַנטי־ישׂראל־אַקטיװיסטקע װױנט דעם זמן מחוץ ניו־יאָרק, האָט זי זיך נישט געקענט אונטערשרײַבן. אָבער פֿאַר װאָס האָבן די יוניאָן־טוערס נישט גערעדט מיט מיר?

איך געדענק פֿיר אָדער פֿינף מאָל, װען אַ פֿאָרשטײער איז אַרײַן צו מיר אין צימער און האָט זיך בײַ מיר געבעטן, איך זאָל שטימען פֿאַר דעם אָדער יענעם אין די סטודענטן־װאַלן. האָבן זײ דאָס מאָל בכּיװן איבערגעהיפּט מײַן ביוראָ? (אַגבֿ, װען איך האָב געשיקט דעם חבֿר די צװײטע פּעטיציע, האָט ער באַשלאָסן אױסצומעקן זײַן נאָמען פֿון דער ערשטער.)

שמואל זערין, אײנער פֿון די מחברים פֿון דער קעגן־פּעטיציע, האָט געהאַט אַן ענלעכע רעאַקציע, װען ער האָט זיך דערװוּסט װעגן דעם בױקאָט. שמואל האָט געזען די אַנטי־ישׂראל־פּעטיציע צום ערשטן מאָל דעם 17טן נאָװעמבער, װען ער האָט באַקומען אַ פֿאַרבעטונג אױף אַ דיסקוסיע אינעם מוזיק־אָפּטײל (װאָס אַלע מיטגלידער פֿון דער יוניאָן האָבן אױך באַקומען). דעמאָלט האָט די פּעטיציע שױן געהאַט בערך 150 נעמען, צװישן זײ אַ פּאָר פֿון זײַנע מיטסטודענטן.

יענעם אױפֿדערנאַכט האָט ער צוריקגעשיקט אַן אָפּרוף, װאָס די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן אָפּגעדרוקט און מיטגעבראַכט אױף דער דיסקוסיע. „די BDS־דיסקוסיע“, האָט ער מיר געשריבן, „איז געװען זײער אַן אָנגעשטרענגטע. צום סוף, זענען געקומען בלױז איך און די אָרגאַניזאַטאָרן, און אײן פֿאַרברענטער שטיצער פֿונעם בױקאָט. הײסט עס, אַז די דיסקוסיע איז געװען מער־װײניקער קעגן מיר, פֿופֿציק מינוט לאַנג. […] דער גאַנצער ציל פֿון דער טרעפֿונג איז געװען צו פֿאַרשפּרײטן אינפֿאָרמאַציע װעגן דעם בױקאָט צװישן די, װאָס װײסן נישט דערפֿון, אָבער קײן אײנער פֿון זײ איז נישט געװען דערבײַ“.

שמואל האָט צוגעגעבן, אַז ער פֿילט זיך נישט װי אַ פּאָליטישער טוער און די גאַנצע איבערלעבונג איז פֿאַר אים געװען זײער אַ שװערע. אָבער „אין יענעם מאָמענט“ [דאָס הייסט, װען שמואל האָט געפּרוּװט איבערצײַגן אַ פּאָר פֿון די מוזיק־סטודענטן צו קומען מיט אים אױף דער דיסקוסיע] „האָב איך זיך געפֿילט װי אַ ייִד, באַגײַסטערט פֿונעם געדאַנק אם אין אני לי מי לי — װען נישט איך, װאָלט קײנער נישט געשיקט קײן אָפּרוף אָדער געקומען אױף דער דיסקוסיע“.

אין דער זעלבער צײַט האָט שמואל זיך פֿאַרבונדן מיטן „הילל“ פֿון ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט, װאָס האָט אים געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט אַנדערע ייִדישע (און פּאָליטיש ליבעראַלע) גראַדויִר־סטודענטן, װאָס האָבן געװאָלט אָפּשטעלן דעם בױקאָט. „מיר האָבן באַשלאָסן צונױפֿצושטעלן אַ קעגן־פּעטיציע, װאָס זאָל אַרײַננעמען אַ סך פּרטימדיקע אינפֿאָרמאַציעס און באַרעכטיקן אונדזער מײנונג, אַז דער בױקאָט טױג נישט… פֿון שטאַנדפּונקט פֿון סאָציאַלער גערעכטיקײט“. לױט שמואלן „האָט אונדז זײער געאַרט… װי אומבאַלאַנסירט די ערשטע פּעטיציע איז געװען. יאָ, מיר אָנערקענען די לײדן פֿון די פּאַלעסטינער, אָבער מיר אָנערקענען די לײדן פֿון די ישׂראלים אױך, און מיר פֿאַרשטײען, אַז דער בױקאָט איז נישט קײן לײזונג פֿון דעם קאָנפֿליקט… װען איך האָב עס דערמאָנט [די אומבאַלאַנסירטקײט פֿון דער פּעטיציע] אױף דער טרעפֿונג מיט די אַקטיװיסטן, האָבן זײ געענטפֿערט, אַז די פּעטיציע מוז נישט זײַן באַלאַנסירט, װײַל דער קאָנפֿליקט אַליין איז נישט באַלאַנסירט, אַז ס׳איז נישטאָ קײן באַלאַנס אָדער ניואַנס אין דעם קאָנפֿליקט“. דאָס האָט ער זיך זײער גענומען צום האַרצן.

דאָס שרײַבן די קעגן־פּעטיציע איז נישט אָנגעקומען אַזױ גרינג. מע האָט געװאָלט שאַפֿן אַ דאָקומענט, װאָס זאָל קענען צופֿרידנשטעלן סײַ די לינקע, סײַ די רעכטע. „װען מיר האָבן צעשיקט די קעגן־פּעטיציע, האָט אײנער זיך באַקלאָגט, אַז זי איז צו לינק געשטימט, און אַ צװײטער, אַז זי איז צו רעכט געשטימט. נו, מיר האָבן זיך באַמיט צונױפֿצושטעלן אַ דאָקומענט, װאָס זאָל זײַן באַלאַנסירט און אַרומרעדן דעם ענין קריטיש, פֿון כּלערלײ פּערספּעקטיװן“.

ביז איצט האָבן 400 סטודענטן, אַלומני, פּראָפֿעסאָרן און פֿרײַנד זיך אונטערגעשריבן. אמת, די פֿירערשאַפֿט פֿון דער יוניאָן האַלט פֿונעם בױקאָט, און אַז זײ באַשליסן דורכצופֿירן אַ רעפֿערענדום, װעלן די קעגנערס נישט האָבן קײן סך צײַט (נאָר אײן װאָך) צו אָרגאַניזירן אַ קעגן־אַקציע אײדער די סטודענטן שטימען פֿאַר אָדער קעגן דעם בױקאָט. לאָמיר האָפֿן, אַז בײדע שטאַנדפּונקטן װעלן דערהערט װערן.