ייִדישע אויסשטעלונגען אין בערקלי

Jewish Exhibition Series At Berkeley

„אַ רעסטאָראַן־טעראַסע אין נינשטעדטען‟ פֿון מאַרס ליבערמאַן, 1902
„אַ רעסטאָראַן־טעראַסע אין נינשטעדטען‟ פֿון מאַרס ליבערמאַן, 1902

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 17, 2015, issue of January 08, 2016.

נישט לאַנג צוריק, האָט די ביבליאָטעק פֿונעם בערקלי־אוניווערסיטעט אין קאַליפֿאָרניע פֿאַרעפֿנטלעכט דעם פּלאַן פֿון די קומענדיקע קליינע אויסשטעלונגען, וואָס די „זאַמלונג פֿון ייִדישער קונסט און לעבן אויפֿן נאָמען פֿון מאַגנעס‟ וועט אָנהייבן דורכפֿירן יעדן מיטוואָך פֿונעם 10טן פֿעברואַר ביזן 27סטן אַפּריל. בעת יעדער איין־טאָגיקער אויסשטעלונג, וועלן פֿאַרשיידענע לעקטאָרן זיך פֿאָקוסירן אויף איין אָביעקט אָדער אַ גרופּע עקספּאָנאַטן, וואָס רעפּרעזענטירן אַ געוויסע קאָנקרעטע טעמע. במשך פֿון דער צײַט, וועלן די באַטייליקטע אין אומזיסטע לעקציעס זיך באַקענען מיט אַ ברייטער און פֿאַרשיידנאַרטיקער ריי ייִדישע ענינים.

אויף דער ערשטער לעקציע, וועט פּראָפֿ׳ מאַרטין דזשיי דערציילן וועגן די פֿאַרבינדונגען צווישן דער מאַרקסיסטישער טעאָריע, דער אייראָפּעיִשער געשיכטע פֿונעם 19טן און 20סטן יאָרהונדערט, און דער דײַטשישער אימפּרעסיאָניסטישער קונסט, מיטן פֿאָקוס אויפֿן מאָלער מאַקס ליבערמאַן — אַ זון פֿון אַ רײַכן ייִדישן פֿאַבריקאַנט, וועלכער האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אינעם אַנטוויקלען אַן אייגענעם קונסט־שטיל, אויפֿן סמך פֿונעם פֿראַנצויזישן אימפּרעסיאָניזם, אין דײַטשלאַנד.

מיט אַ וואָך שפּעטער, וועט די שרײַבערין רחל ביאַלע דערציילן וועגן סעקס, מעבל און גמרא. אין איר לעקציע, וועט זי ווײַזן, אַז די חז״ל האָט אויסגענוצט געוויסע סעקסועלע מעטאַפֿאָרן, וואָס האָבן צו טאָן מיט מעבל, אָדער האָבן אַסאָציִיִרט רעאַלע מעבל־אָביעקטן מיט אינטימע באַציִונגען. אין דער תּלמודישער ליטעראַטור ווערן אָפֿט באַנוצט ספּעציפֿישע רמזים, וואָס פֿאַר אַ זײַטיקן מענטש וואָלט געווען שווער צו פֿאַרשטיין.

למשל, ווען מע לייענט וועגן „הפיכת־שולחן‟, וואָלט מען געקאָנט זיך משער זײַן, אַז די ייִדישע חכמים רעדן וועגן איבערגעקערטע טישן.

די אַנדערע לעקציעס וועלן געווידמעט ווערן אַ ריי גאַנץ אַנדערע ענינים, פֿון די געזעצלעכע פּראָבלעמען פֿונעם ירשענען די ווערק פֿונעם ייִדישן פּאָעט נפֿתּלי־הערץ קאָן אינעם פּאָסט־קאָמוניסטישן פּוילן, ביז דער ראָלע פֿון שאָך, אַ פּאָפּולערע טיש־שפּילן בײַ ייִדן, אין דער ייִדישער ליטעראַטור. דעם 13טן אַפּריל, וועלן יוסף ראָזען און זאָע לעווין דערקלערן, ווי אַזוי דער וויזועלער כּוח ווערט צונויפֿגעפֿלאָכטן מיטן מיסטישן טעקסט אין די „שיוויתיס‟ — די טראַדיציאָנעלע ייִדישע קונסט־ווערק, וואָס מע הענגט, געוויינטלעך, אויף אין דער שיל איבערן עמוד אָדער אין שטוב, כּדי צו געדענקען תּמיד דעם באַשעפֿערס נאָמען בײַם דאַוונען. פֿאַקטיש, שטעלן מיט זיך פֿאָר די דאָזיקע קונסט־ווערק ספּעציעלע מעדיטאַציע־אָביעקטן, אַ מין ייִדישן אַנאַלאָג פֿון בודיסטישע מאַנדאַלעס. די לעקציע וועט, אַוודאַי, באַגלייט ווערן מיט מוסטערן פֿון דער דאָזיקער קונסט־טראַדיציע.

דעם 20סטן אַפּריל, קלײַבט זיך ד״ר רבֿקה גאָלבערט צו דערציילן וועגן דעם ייִדישן קאָלעקטיוון זכּרון און חורבן־הזכּרה אין דער הײַנטיקער אוקראַיִנע. איר לעקציע וועט באַגלייט ווערן מיט די בילדער פֿונעם הײַנטצײַטיקן קינסטלער מאַטוויי ווײַסבערג, וועלכער האָט געשאַפֿן אַ ריי פּאָרטרעטן פֿון רוסיש־ייִדישע שרײַבער, וווינענדיק אינעם סאָוועטישן קיִעוו.

אויף דער שלוס־לעקציע, וועט ריטאַ לוקאַרעלי, אַן אַסיסטענט־פּראָפֿעסאָרין פֿון עגיפּטאָלאָגיע אין בערקלי, דערציילן וועגן די אינטערעסאַנטע פֿאַרבינדונגען צווישן די טראַדיציאָנעלע ייִדישע קמיעות און די אַלט־מיצרישן כּישוף־חכמות. געוויסע מאַגישע סימבאָלן פֿון אוראַלטע עבֿודה־זרות האָבן די ייִדן אויסגענוצט און באַאַרבעט אויף אַ ייִדישלעכן שטייגער.

די „זאַמלונג פֿון ייִדישער קונסט און לעבן אויפֿן נאָמען פֿון מאַגנעס‟ האָט זיך געעפֿנט אינעם יאָר 2010, ווען דער מוזיי פֿון יהודה מאַגנעס איז אַריבער אינעם בערקלי־אוניווערסיטעט. זײַענדיק אַ רײַכע און גאָר אַ פֿאַרשיידנאַרטיקע קאָלעקציע פֿון כּלערליי קונסט־ווערק, שטוב־חפֿצים, ביכער, מוזיקאַלישע רעקאָרדירונגען און היסטאָרישע דאָקומענטן, העלפֿט זי די סטודענטן צו פֿירן פֿאָרשונגען אויף אַלע טעמעס, וואָס האָבן אַ שײַכות צו ייִדן.