ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published December 21, 2015, issue of January 08, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

75 בני־מיצװה אינעם מושבֿ־זקנים

75 אײַנװױנער פֿונעם מאָנטעפֿיאָרע מושבֿ־זקנים אין מעלבורן, מערסטנס פֿון זײ פֿון דער שארית־הפּליטה, זײַנען געװאָרן בני־מיצװה אין דער אָנװעזנהײט פֿון 300 געסט. אַ טײל משפּחות האָבן געהאַט פֿיר דורות אױף דער פֿײַערונג. דער עלטסטער פֿון די בני־מיצװה, מענער און פֿרױען, איז אַלט געװען 99 יאָר. די אַנדערע זײַנען געװען אין די 80ער און די 90ער יאָרן. פֿיל פֿון זײ האָבן דערצײלט װעגן זײערע משפּחות און װעגן זײערע קינדער־יאָרן.

אַ דערפֿאָלג פֿאַר ייִדישע מיטלשולן

גראַדואַנטן, װעלכע האָבן פֿאַרענדיקט דעם 12טן לערן־יאָר אין מעלבורנער ייִדישע טאָגשולן, האָבן ערשט די װאָך באַקומען די רעזולטאַטן פֿון זײערע שטאַטישע סוף־יאָר עקזאַמענס. אַ תּלמיד פֿון דעם „הר־הצופֿים קאָלעדזש‟ און אַ תּלמיד פֿון „ביאַליק־קאָלעדזש‟ האָבן דערגרײכט בסך־הכּל צײכנס פֿון 99.9%.

12.9% פֿון די „ביאַליק‟־תּלמידים און תּלמידות האָבן דערגרײכט בסך־הכּל צײכנס, װעלכע זײַנען העכער װי 99%; 40.3% האָבן דערגרײכט צײכנס, װעלכע זײַנען העכער װי 95%, און 66.1% האָבן דערגרײכט צײכנס, װעלכע זײַנען 90% אָדער העכער װי 90%. 8 תּלמידים און תּלמידות האָבן באַקומען פֿולע צײכנס פֿאַר אינדיװידועלע לימודים.

9.8% פֿון די תּלמידים און תּלמידות פֿונעם „הר־הצופֿים קאָלעדזש‟ האָבן באַקומען צײכנס, װעלכע זײַנען העכער װי 99%; 36% האָבן דערגרײכט צײכנס פֿון 95% אָדער העכער װי 95%, און 61% האָבן באַקומען צײכנס פֿון 90% אָדער העכער װי 90%. נײַן תּלמידים און תּלמידות האָבן באַקומען פֿולע צײכנס פֿאַר דרײַ אינדיװידועלע לימודים.