אָן כאַבאַר גייט עס נישט

Bribery Got You Everywhere

Yehuda Blum

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published December 23, 2015, issue of January 08, 2016.

דער געיעג נאָך דער גערעכטיקײט, ס׳הײסט, נאָכן יושר, איז בײַ די ייִדן אין בלוט־און־בײנער. און אַז מע זוכט דעם יושר, קומט מען צו צו די „שערי־יושר‟, צו די טױערן פֿון גערעכטיקײט; און די דאָזיקע דרײַ טױערן זײַנען — בבֿא קמא, דער ערשטער טױער, װײַטער — בבֿא מציעא, דער מיטלסטער טױער, און צום סוף, בבֿא בתרא, דער לעצטער טױער. אָבער אין װעלכן טױער װעט איר ניט אַרײַנגײן, װעט איר סײַ װי בלײַבן אינעם סדר נזיקין, דהײַנו, שאָדנס.

מײַן טאַטע, נאָטיק דער פּאַריקמאַכער, זאָל זיך מיִען, איז געװען אַ קעמפֿער פֿאַרן װעלט־יושר. כאָטש, אַז מע גיט אַ גוטן טראַכט, װאָס פֿאַר אַן אומיושר האָט שױן געקענט הערשן אין אַ צירולניע אין אַזאַ קלײן און פֿאַרװאָרפֿן שטעטל װי פֿלאָרעשט? אַ האַרטע קשיא…

בעסאַראַביע האָט געהאַט אַ שטיקל גליק אין דעם, אַז די נײַע, כּאילו קאָמוניסטישע מאַכט, האָט אָנגעהױבן זיך פֿילן גאָר הײמיש נאָר נאָך סטאַלינס טױט, אין מיטן פֿון די 1950ער יאָרן. די איבערגאַנג־תּקופֿה, פֿון אַ רײן ייִדיש בעל־מלאָכיש שטעטל צו אַ מולטי־נאַציאָנאַלן אינדוסטריעלן צענטער, איז פֿאָרגעקומען שטיל, אָן רעפּרעסיעס, אָבער מיט אַ פֿאַרמאַסקירטן אַכזריותדיקן ציל — אָפּצומעקן אַלץ, װאָס האָט אַ שײַכות צו ייִדישקײט. מע האָט גלײַך פֿאַרמאַכט די שילן און תּלמוד־תּורות, מע האָט פֿאַרמאַכט די כּשרע יאַטקעס, מע האָט ניט דערלאָזט צו שטעלן אַ חופּה, צו מאַכן אַ ברית אאַ״װ. און אַז מע לאָזט ניט אַרײַן דורכן טױער, קריכט מען אַרונטער אונטערן פּלױט.

אָנצופֿירן מיט דער שטאָט האָט מען געשטעלט די דעמאָביליזירטע ניט קײן היגע שלאַכט־אָפֿיצירן, װעלכע האָבן אָנגענומען זײערע נײַע פּאָסטנס װי אַ יושרדיקע קאָמפּענסאַציע פֿאַר די שרעקלעכע לײַדן בעת דער מלחמה. און דער אמת איז, אַז אַחוץ צו קעמפֿן מיטן „פֿאַשיסטישן שׂונא‟, האָבן זײ גאָרניט געקענט. צוזאַמען מיט דער שטרענגער, ממש מיליטערישער דיסציפּלין, האָט די נײַע מאַכט פֿאַרזײט אַ היעראַרכישע סיסטעם פֿון טאָטאַלן כאַבאַר. אַלע האָבן עס געזען און אַלע האָבן געשװיגן; אַ טײל האָבן מורא געהאַט איבערצופּעקלען זיך אױפֿן „קוראָרט‟ אין סיביר, און אַ טײל האָט געגלײבט, אַז פּונקט אַזױ דאַרף עס זײַן, אַז מע „שמירט ניט אונטער‟, קען מען ניט פֿאָרן.

מײַן טאַטע, אָבער, האָט ניט געקענט און ניט געװאָלט שװײַגן, און הײַנט פֿאַרשטײ איך, אַז אַנדערש האָט עס פּשוט ניט געקענט זײַן, װײַל װאָס האָט ער געזען ביז זײַן חתונה?… אַ שטרענגע בונדיסטיש־קאָמוניסטישע דערציִונג אין דער משפּחה, זיבן יאָר סטאַליניסטישער בילדונג אין דער סאָװעטישער ייִדישער שול, צװײ יאָר פֿון הונגער אין אַ פֿאַרװאָרפֿן דערפֿל אין אוזבעקיסטאַן, אַריבער צװײ יאָר שלאַכטן אױפֿן פֿראָנט, און נאָך דער מלחמה — פֿינף יאָר לײדיקגײערישן מיליטערישן דינסט אין אַ רעזערװ־פּאָלק. מײַן טאַטע, פּונקט אַזױ װי מיליאָנען יונגע ייִדן פֿון זײַן דור, זײַנען ניט געװען גרײט און צוגעגרײט צום ציװילן לעבן. אַלץ, װאָס בײַ זײ איז געבליבן, איז די שטרעבונג צום אַבסטראַקטן יושר און דאָס ניט קענען זיך צופּאַסן צום ציװילן לעבן.

מײַן טאַטע, אַן עקשן, האָט מצליח געװען צו װערן אַ גוטער פּאַריקמאַכער, זײער אַ גוטער פּאַריקמאַכער; און װי אױף צולהכעיס, צװישן זײַנע באַשטענדיקע קליענטן איז געװען די גאַנצע שטאָט־ און פּאַרטײ־נאַטשאַלסטװע. טאַקע בײַ זײ, בײַ די געצװוּנגענע גנבֿים, האָט ער געװאָלט פּועלן אַ שטיקל װעלט־יושר. דער אַרומיקער „באַפּוצטער‟ אומיושר האָט ניט געלאָזט אים לעבן, עס האָט אים געאַרט יעדע קלײניטשקע קריװדע, און דאָס האָט אים אָפּגעקאָסט אַ שטיק געזונט, סײַ אים און סײַ זײַן משפּחה.

מע האָט אים געבעטן פֿון אַלע זײַטן: „נתן, בײַס צו דײַן צונג! שװײַג! דו ביסט ניט קײן נתן־הנבֿיא און די באַלעבאַטים פֿונעם שטעטל זײַנען ניט דוד המלך! װאָס זשע מײנסטו, אַז דער ערשטער סעקרעטאַר פֿון דער שטאָט־אָפּטײלונג פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ װײסט ניט, אַז אָן כאַבאַר באַקומט מען ניט קײן לײַטישע שטעלע; אַז אָן כאַבאַר װעט מען דיר ניט העכערן דעם לױן; אַז אָן כאַבאַר װעסטו ניט האָבן קײן רפֿואות; אַז אָן כאַבאַר װעט מען דיר ניט פֿאַרקױפֿן אַ פּאָר גוטע שיך; אַז אָן כאַבאַר װעט דײַן קינד ניט פֿאָרן אין אַ לײַטישן זומער־לאַגער?…‟ — ס׳האָט געהאָלפֿן װי אַ טױטן באַנקעס.

און דאָ, גאָט האָט געהאָלפֿן, דער טאַטע איז געװאָרן אַ שטיקל נאַטשאַלניק, דער הױפּט־מײַסטער פֿון דער צענטראַלער צירולניע. װילסט קעמפֿן פֿאַרן װעלט־יושר? ביטע, קעמף לטובֿת דײַנע קאָלעגעס און קונים. דער טאַטע האָט זיך אַ ביסל באַרויִקט, װײַל אַ האַלבן טאָג האָט ער געאַרבעט אין דער צירולניע און אַ האַלבן טאָג געמוזט אַרומלױפֿן איבער דער הױכער נאַטשאַלסטװע און זאָרגן װעגן די אַרבעטס־כּלים און לײַטישע באַדינגונגען פֿאַר זײַנע קאָלעגעס. דער קאַמף מיט די אַבסטראַקטע „װינטמילן‟ איז פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ קאַמף מיט קאָנקרעטע באַאַמטע. דער טאַטע האָט דערפֿילט, אַז אױך די גרױסע נאַטשאַלסטװע מוז זיך רײַסן די פּעדעשװעס, כּדי עפּעס אַרײַנצוברענגען אינעם בודזשעט פֿון דער שטאָט.

פּונקט אין דער זעלבער צײַט איז געשען אַ נס. מיר האָבן באַקומען אַ בריװ פֿון מײַן באָבעס בכור, בערל גרױסמאַן, אַ גרױסער מענטש אין דער אורוגװײַער קאָמוניסטישער פּאַרטײ, אַז ער קומט קײן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אױף אַ קאָמוניסטישן צוזאַמענפֿאָר און װעט זיך אַרײַנכאַפּן קײן פֿלאָרעשט אױף אײן טאָג צו זען זיך מיט דער מאַמען. עס האָט זיך אָנגעהױבן אַ גאַנצע איבערקערעניש; מע האָט אונדז געמאַכט אַ רעמאָנט אין הױז. דער טאַטע האָט געשװיגן. מע האָט אונדז געשטעלט אַ נײַע קאַכלענע הרובע. דער טאַטע האָט געשװיגן. מע האָט אונדז געבראַכט אַ װאַשמאַשין. דער טאַטע האָט װײַטער געשװיגן. מע האָט אונדז געבראַכט אַ קילשאַפֿע און זי אָנגעפֿילט מיט כּולו־גוטס. דער טאַטע האָט אַלץ געשװיגן.

אַך, די פֿאַמיליע־טרעפֿונג מיטן פֿעטער בערל איז פֿאָרגעקומען אַזױ װאַרעם און הײמיש, װי מע האָט נאָר געקענט חלומען. שפּעט אין אָװנט, װען מע האָט זיך שױן גוט אָנגעװײנט, אָנגעגעסן און אָנגערעדט, און פֿון אַלע געסט איז געבליבן זיצן נאָר דער גרױסער פּאַרטײ־סעקרעטאַר, איז מײַן טאַטע, װי זײַן שטײגער איז געװען, צוגעגאַנגען צום פֿענצטער און אַרױסגעקוקט אין דרױסן. פּלוצעם לאָזט זיך הערן דעם טאַטנס געשרײ: „אָט, קוקט, קוקט…‟ — דער פֿעטער בערל איז צוגעלאָפֿן צום פֿענצטער, און דער טאַטע האָט אים געװיזן מיט דער האַנט אױף עפּעס אַ שיכּורן מאַן, װאָס איז קױם געשטאַנען אױף די פֿיס און זיך געהאַלטן פֿאַרן הימל. „איר זעט, — האָט ממשיך געװען דער טאַטע, — אָט דאָס איז אונדזער אמת פּנים, דאָס איז דער פֿאָרזיצער פֿון אונדזער שטאָטראַט!…‟

עס איז איבעריק צו זאָגן, אַז אױף מאָרגן צו, נאָך דעם װי דער פֿעטער בערל איז אַװעקגעפֿאָרן, האָט מען אינעם שטעטל פֿלאָרעשט באַהאַנדלט צװײ פֿרישע נײַעס: מע האָט פּלוצעם באַזײַטיקט פֿון זייערע פּאָסטנס דעם פֿאָרזיצער פֿונעם שטאָטראַט, און דעם פּאַריקמאַכער נתן האָט מען איבערגעפֿירט צו אַרבעטן אין אַ פֿאַרװאָרפֿענער צירולניע, העט־װײַט, אין דער באָד…

מע דערצײלט, אַז אַמאָל האָבן די כעלעמער חכמים באַשלאָסן אײַנקױפֿן דעם װעלט־יושר און ברענגען אים אין שטעטל אַרײַן. מע האָט צונױפֿגעזאַמלט געלט און געשיקט יאָסעלע לאָקשן קײן װאַרשע. װען די װאַרשעװער חבֿרהניקעס האָבן דערזען יאָסעלען, האָבן זײ תּיכּף פֿאַרשטאַנען מיט װעמען זײ האָבן צו טאָן און פֿאַר אַ הונדערט גילדן האָט מען אים פֿאַרקױפֿט אַ פֿעסל פֿאַרפֿױלטן הערינג, און אָנגעזאָגט ניט עפֿענען דאָס פֿעסל אײדער ער װעט זיך ניט אומקערן קײן כעלעם. קערט זיך יאָסעלע לאָקש אום קײן כעלעם מיט אַ פֿעסל װעלט־יושר און מע דערלױבט דעם רבֿ אױפֿמאַכן דאָס פֿעסל, אַז ער זאָל זען װי דער װעלט־יושר זעט אױס… און, גאָט זאָל באַהיטן, אַ שרעקלעכער שטונק האָט פֿאַרפֿלײצט דאָס שטעטל. דער רבי האָט זיך פֿאַרקרימט און אױסגערופֿן: „פֿע, דער װעלט־יושר איז קאַליע געװאָרן און שטינקט!‟

עס זײַנען אַװעק אַ סך יאָרן. נאָטיק דער פּאַריקמאַכער איז שױן פֿון לאַנג אױפֿן עולם־האמת, נאָר איך הער ניט אױף זיך חידושן, װי זײַנע קינדער, אײניקלעך און אוראײניקלעך האַלטן אַלץ אין אײן זוכן דעם װעלט־יושר.