מעמאָריאַל לזכר דעם „טרײַענגל־פֿײַער‟

Triangle Fire Memorial to be Built

Getty Images

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 23, 2015, issue of January 08, 2016.

104 יאָר נאָך דער טרויעריק־באַרימטער שׂרפֿה אינעם „טרײַענגל־שירטווייסט־פֿעקטאָרי‟, וועט מען צום ערשטן מאָל אויפֿשטעלן אַ געהעריקן מעמאָריאַל לזכר דער טראַגעדיע.

דער ניו־יאָריקער גובערנאַטאָר אַנדרו קואָמאָ האָט לעצטנס אַנאָנסירט, אַז דער שטאַט ניו־יאָרק וועט שענקען 1.5 מיליאָן דאָלאַר, כּדי אויפֿצובויען אַ דענקמאָל לזכר די 146 אַרבעטער, ס׳רובֿ פֿון זיי — יונגע ייִדישע און איטאַליענישע אימיגראַנטקעס, וואָס זענען אומגעקומען אינעם „טרײַענגל־פֿײַער‟.

די געזעלשאַפֿט „געדענקט דאָס ׳טרײַענגל־פֿײַער׳‟, וואָס באַשטייט פֿון אַקטיוויסטן לטובֿת די רעכט פֿון אַרבעטער און קרובֿים פֿון די אַרבעטער, וואָס זענען אומגעקומען אין דער שׂרפֿה, האָט די לעצטע פּאָר יאָר פּלאַנירט צו שאַפֿן אַזאַ מעמאָריאַל אָבער ניט געוווּסט, פֿון וואַנען עס וועלן קומען די נייטיקע געלטער.

מיטן צוזאָג פֿון דער ניו־יאָריקער רעגירונג, קען די געזעלשאַפֿט ווײַטער אָנגיין מיט אירע פּלענער צו שאַפֿן אַ געהעריקן דענקמאָל פֿאַר די פֿײַער־קרבנות אויפֿן אָרט, וווּ די טראַגעדיע איז פֿאָרגעקומען. דער בנין, וווּ עס האָט זיך געפֿונען די „טרײַענגל־שירטווייז‟־פֿאַבריק, שטייט נאָך אַלץ און געהערט הײַנט צום „ניו־יאָריקער אוניווערסיטעט‟. אויפֿן זעלביקן שטאָק, וווּ די יונגע אַרבעטאָרינס זענען פֿאַרברענט געוואָרן געפֿינען זיך הײַנט אַ ריי כעמיע־ און ביאָלאָגיע־לאַבאָראַטאָריעס. אויפֿן בנין וועט מען אַרײַנשטעלן ריזיקע אָנדענק־טאָוולען מיט די נעמען פֿון אַלע 146 קרבנות, ווי אויך אַ דערקלערונג וועגן דעם, וואָס ס׳איז דאָרטן געשען.

בײַם דערהערן די ידיעה, אַז די רעגירונג וועט צושטעלן די נייטיקע פֿאָנדן, האָט מערי־ען טראַסקיאַטי, די פּרעזידענטין פֿון „געדענקט דאָס ׳טרײַענגל־פֿײַער׳‟, געזאָגט דעם „ניו־יאָרק־טײַמס‟: „איך וויין ממש; איך קען עס קוים גלייבן‟.

„דאָס איז אַזוי וויכטיק‟, האָט דערקלערט סוזען פּרעד־באַס, אַ טעראַפּעווט, וועמענס עלטער־מומע איז אומגעקומען אין דער שׂרפֿה צו 23 יאָר. „עס אָנערקענט, סוף־קול־סוף, די טראַגעדיע, וואָס האָט דערפֿירט צו אַ ריי רעפֿאָרמען און ווײַזט די האָפֿענונג, אַז מע וועט ניט דערלאָזן, אַז אַזעלכע טראַגעדיעס זאָלן מער אין ערגעץ ניט אַ מאָל פֿאָרקומען.‟

אַנדרו קואָמאָ, אין אַן אינטערוויו מיט דער „טײַמס‟, האָט דערקלערט, אַז „ווען איך בין געווען יונג, פֿלעג איך אַ סך הערן וועגן דעם ׳טרײַענגל־פֿײַער׳; הײַנט, ליידער, האָט מען שוין פֿאַרגעסן וועגן דעם. ס׳איז איינע פֿון די עיקר־איבערלעבונגען, וואָס האָט דערפֿירט צו דעם, ווי אַזוי מע האָט אַנטוויקלט אונדזער רעפֿאָרם־באַוועגונג. ס׳איז אַ וויכטיקער משל, וואָס די יונגע מענטשן דאַרפֿן זיך אָפּלערנען‟.

די טראַגעדיע איז געווען ניט בלויז אַ וויכטיקער מאָמענט אין דער אַמעריקאַנער אַרבעטער־באַוועגונג, נאָר אויך אַ ווענד־פּונקט אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע. דער „פֿאָרווערטס‟ האָט געשריבן אומצאָליקע אַרטיקלען וועגן דער טראַגעדיע, און אַ פּאָר פֿון זיי ווערן געלייענט ביזן הײַנטיקן טאָג אויף ענגליש אין די ניו־יאָרקער עפֿנטלעכע שולן. די ערשטע זײַט פֿון דער צײַטונג אינעם טאָג פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע, מיטן קעפּל, „דער מאָרג איז פֿול מיט אונדזערע קרבנות!‟ איז געוואָרן אַן איקאָנישער סימבאָל פֿון דער טראַגעדיע, און ווערט באַוויזן אויף כּלערליי אויסשטעלונגען איבער דער וועלט. באַקאַנטע שרײַבער פֿאַר אונדזער צײַטונג, בראָש מיטן פּאָעט מאָריס ראָזענפֿעלד, האָבן געשריבן באַריכטן, פֿול מיט ווייטיק וועגן דער טראַגעדיע, ווי אויך האַרצרײַסנדיקע קלאָג־לידער.

דאָס „טרײַענגל־פֿײַער‟ איז אויך געוואָרן אַ וויכטיקער טייל פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן פֿאָלקלאָר אין אַמעריקע. די חרדישע וועבזײַט JPupdates האָט, למשל, אינפֿאָרמירט אירע לייענער וועגן דעם נײַעם דענקמאָל לזכר די קרבנות באַנאַנד מיט דער דערקלערונג, אַז דער פֿאַקט, וואָס די טראַגעדיע איז פֿאָרגעקומען אום שבת, האָט דערפֿירט צו דעם, אַז מער ייִדן האָבן אָנגעהויבן האַלטן שבת. די דאָזיקע געשיכטע איז באמת אַ מיטאָס, אָבער גאָר אַ פֿאַרשפּרייטער אין די פֿרומע קרײַזן.