אַ קאָנטראָווערסאַלער דענקמאָל אין אומאַן

A Controversial Monument in Uman

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published December 29, 2015, issue of January 22, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אין אַ געוויסן זין, לעבט הײַנט אויף די געשיכטע; אין משך פֿון עטלעכע יאָר האָט מען אין אומאַן געזאַמלט געלט אויף אַ דענקמאָל, געווידמעט גאָנטאַן און זשעלעזניאַקן. די היגע געשעפֿטס־לײַט האָבן ביסלעכווײַז צונויפֿגעקלאַפּט די נייטיקע סומע; און דאָ האָבן מיר אַ שטיקל פּאַראַדאָקס: אין דער הײַנטיקער אומאַנער עקאָנאָמיע שפּילן אַ גרויסע ראָלע די „חסידישע געלטער‟. ווי איר פֿאַרשטייט, האָב איך ניט קיין דירעקטן צוטריט צו די בוכהאַלטערישע ביכער פֿון דער אומאַנער שטאָט־אַדמיניסטראַציע, אָבער אין דער פּרעסע האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ נאָטיץ, אָנגעשריבן מיט אַ פּאָר חדשים צוריק. עס שטייט דאָרטן בפֿירוש אָנגעוויזן, אַז צום סוף סעפּטעמבער, דאָס הייסט, נאָך ראָש־השנה (ווען ס׳רובֿ חסידים קומען), האָט דער שטאָטישער בודזשעט געהאַט באַקומען נאָענט צו צוויי מיליאָן הריוונאַס (בערך 90 טויזנט דאָלאַר). דאָס זײַנען נאָר די שטײַערן פֿון די „דורכזיכטיקע‟ געשעפֿטן. אַ היפּש ביסל פּרנסה האָבן די אומאַנער בלי־ספֿק באַקומען „שטילערהייט‟, אָן דעם צאָלן שטײַערן. אַזוי צי אַזוי, דרייען זיך דאָרטן הונדערטער טויזנטער דאָלאַרן, פֿאַרדינט אַ דאַנק דעם שטראָם חסידים, וועלכע קומער, יאָר־אײַן יאָר־אויס, אויפֿן רביס קבֿר.

און דאָ לאָמיר זיך אומקערן צום פּאַראַדאָקס: אייניקע פֿון אָט די געלטער, וואָס די שטאָטישע מאַכט האָט פֿאַרדינט, אַ דאַנק דעם ייִדישן רעליגיעזן טוריזם, זײַנען אַוועק אויף צו בויען דעם דענקמאָל, וואָס רופֿט איצט אַרויס עגמת־נפֿש בײַ ייִדישע כּלל־טוער און זשורנאַליסטן. ס׳איז אויך ניט אויסגעשלאָסן, אַז די קאַמפּאַניע גופֿא, וועלכע האָט רעאַליזירט דעם פּראָיעקט, האָט זיך אָנגעהויבן צוליב דער אַטמאָספֿער, וועלכע עס האָט זיך געשאַפֿן אין דער שטאָט צוליב דעם דאָזיקן ייִדישן טוריזם, וואָס איז דאָרטן גאָר ניט אַלעמען צום האַרצן. שוין אָפּגעשמועסט, אַז די היגע נאַציאָנאַל־געשטימטע לײַט ווילט, אַז זייער שטאָט זאָל אַסאָציִיִרט ווערן ניט מיט אַ פֿיגור פֿון דער ייִדישער געשיכטע, נאָר מיט אַ (ווי זיי האַלטן) העראָיִשן עפּיזאָד אין דער אוקראַיִנישער געשיכטע.

אַזוי צי אַזוי, אָבער דער דענקמאָל — דווקא ניט קיין פּיצינקער — איז געעפֿנט געוואָרן אין אומאַן דעם 20סטן נאָוועמבער. דעם 5טן דעצעמבער איז אַהין געקומען דער מיטראָפּאָליט פֿון דער געגנטלעכער שטאָט טשערקאָס און געמאַכט אַ רעליגיעזן ריטואַל — דאָס הייסט, אַז דער נײַער מאָנומענט האָט אַ ברכה מצד דער אוקראַיִנישער קירך.

עיקר־שכחתּי: דער פּרעזידענט פֿון אוקראַיִנע, פּעטראָ פּאָראָשענקאָ, האָט דעם 23סטן דעצעמבער געהאַלטן אַ רעדע אין דער כּנסת, אין וועלכער ער האָט געזאָגט, אַז „ייִדן, ווי אַ נאַציע, האָבן זיך דירעקט באַטייליקט אינעם שאַפֿן די מדינה [אוקראַיִנע]‟. דער דענקמאָל אין אומאַן זעט ניט אויס ווי אַ שיינער זשעסט לטובֿת די אוקראַיִנישע ייִדן פֿאַר אָט דעם בײַטראָג.