שמואליק „סלאַגאָ“ סלוצקי (1948—2015)

Charles "Sluggo" Slucki (1948-2015)

פֿון רײזל זילבערמאַן

Published January 06, 2016, issue of January 22, 2016.

שמואליק סלוצקי
שמואליק סלוצקי

דעם 29סטן דעצעבמער, בעת אַ וויזיט אין לאָס־אַנדזשעלעס, איז אונדזער ליבער פֿרײַנד און לערער, שמואליק סלוצקי, אַװעק אין דער אײביקײט.

נאָך דעם ווי זײַנע צװײ זין, יאַנקל און דובי, האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט די טרױעריקע בשׂורה אױפֿן טאַטנס פֿײסבוק־זײַטל, האָבן הונדערטער פֿרײַנד, משפּחה און געװעזענע שילער אָנגעשריבן װאָס פֿאַר אַ מין מענטש ער איז געװען. מע האָט באַטאָנט זײַן השפּעה אױף זײ װי אַ לערער, װי אַ חבֿר. „סלאַגאָ‟, װי אַזױ פֿיל מענטשן האָבן אים גערופֿן, איז געװען אײנער פֿון די געציילטע מענטשן, װאָס קאָנען אַרױסרופֿן אַזאַ רעאַקציע.

טשאַרלס ראָדזשער סלוצקי (שמואליק־ראובֿן אױף ייִדיש) איז געבױרן געװאָרן אין פּאַריז דעם 26טן מאַרץ, 1948. ער איז אָנגעקומען קײן אױסטראַליע צוזאַמען מיט די עלטערן ערשט אין 1950. די עלטערן, עדע און יעקבֿ, זײַנען געװען פֿון דער שארית־הפּליטה און האָבן דערצױגן שמואליקן און זײַן שװעסטערל, מרים, אין די ראַמען פֿון דער בונדישער אידעאָלאָגיע. דאָס הױז, װוּ די סלוצקיס האָבן געװױנט, 501 קענינג סטריט, קאַרלטאָן, אין מעלבורן, איז געװען דאָס אָרט, װוּ מע פֿלעגט זיך צונױפֿקומען טאָמער זײַנען פֿאָרגעקומען סיכסוכים צװישן די חבֿרים. מען איז זיך צונױפֿגעקומען שפּעט בײַ נאַכט, נאָך דער אַרבעט, בײַ די סלוצקיס, און יעקבֿ האָט געפֿירט דעם פֿאָרזיץ. דער יונגער שמואליק האָט זיך צוגעהערט צו די דיסקוסיעס. אפֿשר האָט דאָס ייִנגל שױן געװוּסט, אַז מיט דער צײַט װעט ער אויך אַמאָל שפּילן אַ ראָלע אין דער מעלבורנער בונד־אָרגאָניזאַציע.

שמואליק האָט זיך געלערנט אין אַן עפֿנטלעכער שול, אָבער װי דער זון פֿון הײסע ייִדישיסטן, האָט ער אױך זיך געלערנט ייִדיש בײַ דער י. ל. פּרץ זונטיק־שול. דורך דער שול, דורך זײַן אַרבעט בײַ דער קולטור־אָרגאָניזאַציע „קדימה‟, אין איר „דוד הערמאַן ייִדיש טעאַטער‟ און שפּעטער — אין „סקיף‟, האָט סלאַגאָ זיך באַקענט מיט זײַנע צוקונפֿטיקע לערערס. צװישן זײ זײַנען געװען מענטשן פֿון דער שארית־הפּליטה, פּאַרטיזאַנער און געטאָ־קעמפֿער, לערערס און קולטור־טוערס. ער האָט זיך געלערנט בײַ באָנאָ װינער, יוסף גיליגיטש און אַנדערע. שפּעטער איז ער אַלײן געװאָרן דער עצה־געבער און אָנלערער פֿון אַ סך פֿון דער יונגער חבֿרה.

צוליב דעם װאָס ער איז געװען אַרײַנגעטאָן אין דער װעלט פֿון ייִדיש און (פֿאַרשטײט זיך) פֿונעם בונד, האָט סלאַגאָ מיר אַלײן דערצײלט, אַז ער איז געװאָרן אַ מעלבורנער סקיפֿיסט. געװײנטלעך, הײבט מען אָן גײן אין סקיף אין עלטער פֿון 8 יאָר. סלאַגאָ האָט אָבער אָנגעהױבן גײן אין סקיף צו 6 יאָר. נאָכן ערשטן זונטיק, איז ער שױן געװען אַ „פֿאַרפֿאַלענער‟. ער פֿלעגט שמײכלענדיק איבערגעבן װי אַזױ פּיניע רינגעלבלום, אײנער פֿון די מעלבורנער סקיף־העלפֿער, האָט געמוזט פֿאַרטרײַבן זײַן מאַמען פֿונעם זומער־לאַגער אינעם שטעטל דראָמאַנאַ, וווּ זי האָט זיך אַרײַנגעגנבֿעט אין מיטן דער נאַכט, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז איר שמואליקלען איז טאַקע גוט דאָרטן, און אַז ס׳איז אים גענוג װאַרעם. מיט דער צײַט איז ער אַלײן געװאָרן אַ סקיף־העלפֿער און האָט משפּיע געװען אויף די איבערלעבונגען פֿון נײַע דורות סקיפֿיסטן. אַם װיכיקסטן, האָט ער זיך באַקענט מיט זײַן פֿרױ, מיש, אַ דאַנק דעם װאָס ער איז יאָרן לאַנג געװען אַרײַנגעטאָן אינעם לעבן פֿונעם מעלבורנער סקיף.

די יאָרן אינעם מעלבורנער סקיף האָבן דערפֿירט דערצו, אַז ער זאָל אין די 1970ער יאָרן באַזוכן דעם בונדישן „קעמפּ המשך‟ אין אַמעריקע, צוזאַמען מיט זײַן חבֿר הענרי נוסבױם. ער האָט פֿאַרנומען דעם אַמט פֿון דירעקטאָר פֿון סאָציאַליזם און האָט געלערנט די אידעאָלאָגיע מיט די המשכיסטן. סלאַגאָ פֿלעגט זאָגן, אַז עס איז אים דאָרטן געװען אַזױ װי בײַ זיך אין דער הײם. זײַן השפּעה אױפֿן „קעמפּ המשך‟ און אױף די המשכיסטן איז געװען אַ דױערנדיקע. פֿיל „המשך‟־טראַדיציעס זײַנען אױך אַריבערגעפֿירט געװאָרן קײן אױסטראַליע, אַ דאַנק סלאַגאָ און הענרי; צװישן אַנדערע — די אָלימפּיאַדע.

אײדער זײערע אײגענע קינדער זײַנען געבױרן געװאָרן, פֿלעגן סלאַגאָ און מיש פֿאָרן אױפֿן לאַגער־אָרט יעדן באַזוך־טאָג, כּדי צו ברענגען עסן צו די סקיפֿיסטן, װעמענס עלטערן האָבן נישט געקענט בײַזײַן יעדן זומער, און זײ צו פֿאַרװײַלן. סלאַגאָ איז געװען אַ שטאָלצער און אַן אַקטיװער מיטגליד פֿונעם מעלבורנער בונד־קאָמיטעט ביזן טױט. ער האָט יאָרן לאַנג געדינט אױפֿן „קדימה‟־קאָמיטעט און איז געװען טעטיק אינעם מעלבורנער ייִדישן יוגנט־טעאַטער. ער איז געװען פֿאַרליבט אינעם טעאַטער אַלע יאָרן זײַנע און איז געװאָרן אַ פֿעיִקער רעזשיסאָר.

סלאַגאָ האָט געמאַכט אַ דיפּלאָם אין דראַמע; אַ צװײטע — אין געשיכטע, אַ נאָך־גראַדויִר־דיפּלאָם אין טעאַטער, און אַ מאַגיסטער אין דערציִונג, פּסיכאָלאָגיע און משפּחה־טעראַפּיע. 20 יאָר האָט ער אָנגעפֿירט מיט דער דראַמע־אָפּטײלונג בײַם סענדרינגהעם קאָלעדזש, און 9 יאָר — בײַם „הר־הצופֿים קאָלעדזש‟. אין 1995 איז ער אױסגעקליבן געװאָרן װי דער בעסטער לערער אין דעם שטאַט װיקטאָריע.

אין 2013 איז ער באַקרױנט געװאָרן פֿון Who’s Who װי דער בעסטער פּראָפֿעסיאָנאַל פֿונעם יאָר אױפֿן געביט פֿון קונסט, מעדיאַ און פֿאַרװײַלונג־אינדוסטריע. ער האָט רעזשיסירט מער װי 360 פּיעסעס אין און אױסער אױסטראַליע. אין 2015 האָט ער מיט גרױס דערפֿאָלג אויפֿגעפֿירט My Name is Asher Lev (איך הײס אשר לבֿ) פֿאַרן „סאָלטפּילער‟ טעאַטער אין מעלבורן. זײַן טיפֿער גלױבן אין חבֿרשאַפֿט האָט דערפֿירט צו דער גרינדונג פֿון דער גרופּע „די פֿרײַנד פֿון BTF (Building the Future) – בױען די צוקונפֿט), אױסטראַליע. דאָס איז אַ בית־יתומים אין קאַמבאָדיע, װאָס געהערט נישט צו דער רעגירונג און װאָס העלפֿט איבער 6,000 קינדער איבערצובױען זײער לעבן. ער איז געפֿאָרן קײן קאַמבאָדיע פֿיל מאָל אין אײנעם מיט זײַן פֿרוי, מיש, װי פֿרײַ־װיליקע אַרבעטער פֿון אָט דער אָרגאָניזאַציע.

איבערהױפּט איז ער געװען איבערגעגעבן דער משפּחה זײַנער. מיט אַן ערך אַ חודש צוריק איז ער און מיש געזעסן מיט מיר, כּדי איך זאָל קענען פֿילמירן אַן אינטערװיו מיט זײ בײדן װעגן זײערע איבערלעבונגען אינעם מעלבורנער סקיף. עס איז געװען קלאָר פֿאַר אַלע דערבײַיִקע אױף װיפֿל זײ האָבן ליב געהאַט אײנער דעם צװײטן, און אױף װיפֿל זײ האָבן געהאַט דרך־ארץ אײנער פֿאַרן צװײטן. ער האָט מיר שטאָלץ איבערגעגעבן װעגן דוביס נײַסטער אַרבעט און װעגן יאַנקלס אַרבעט לטובֿת דעם שלום־עליכם קאָלעדזשס שולראַט אין מעלבורן. אָפֿט מאָל האָט ער אונדז דערצײלט װעגן אַ נײַ ייִדיש ליד, װאָס זײַן אײניקל, אַרטור, האָט זיך אױסגעלערנט.

ער האָט פֿאַריותמט זײַן פֿרױ — מיש, די זין — יאַנקל און דובי, די שנור — חיהלע (העלען), זײַן אײניקל — אַרטור, און זײַן שװעסטער — מרים.
זאָלן זײַן שעפֿערישקײט, זײַן װאַרעמקײט און זײַן טאַלאַנט לעבן װײַטער אין אונדז אַלעמען. כּבֿוד זײַן אָנדענק.