בוך פֿון ליובע וואַסערמאַנס פּאָעזיע איז אַרויס

Book of Luba Wasserman's Poetry Now Available

אַ לחיים לכּבֿוד ליובע וואַסערמאַנס לידערבוך „בײַם ים און בײַם טײַך‟, תּל־אָבֿיבֿ, 2016
Bella Bryks-Klein
אַ לחיים לכּבֿוד ליובע וואַסערמאַנס לידערבוך „בײַם ים און בײַם טײַך‟, תּל־אָבֿיבֿ, 2016

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published January 13, 2016, issue of February 05, 2016.

דעם זונטיק האָט מען אין „לייוויק־הויז‟, תּל־אָבֿיבֿ, געפֿײַערט די פּובליקאַציע פֿונעם בוך, „בײַם ים און בײַם טײַך‟, אַ זאַמלונג לידער פֿון דער כּמעט־פֿאַרגעסענער פּאָעטעסע ליובע וואַסערמאַן, 40 יאָר נאָך איר פּטירה.

ליובע וואַסערמאַן האָט אָפּגעלעבט אַ פֿול, אָבער שטורמיש לעבן. געבוירן אין 1905 אינעם שטעטל סלאַוואַטיטש, פּוילן, איז זי אין 1925 געקומען קיין ארץ־ישׂראל, געאַרבעט אין די קיבוצים און געהאָלפֿן בויען שאָסייען, אָבער צוליב איר באַטייליקונג אין קאָמוניסטישע מאַניפֿעסטאַציעס קעגן דער ענגלענדישער הערשאַפֿט, איז זי אַרעסטירט געוואָרן און געזעסן אין תּפֿיסה.

אין 1931 האָט זי אַרויסגעלאָזט אַ ביכל לידער אין תּל־אָבֿיבֿ, „פֿאַרנאַכטן‟, און אין 1934 האָט זי זיך אַריבערגעקליבן קיין ביראָבידזשאַן, וווּ זי האָט געאַרבעט אינעם ייִדישן ראַדיאָ, און ווײַטער געדרוקט לידער און דערציילונגען. אין 1950 האָט מען זי אָבער אַרעסטירט און פֿאַרשיקט אין „גולאַג‟. אירע לעצטע יאָרן האָט זי אויסגעלעבט בײַ איר זון אין קעשענעוו, דער מוזיקער — סערגאָ בעגעלסדאָרף.

„בײַם ים און בײַם טײַך‟ איז דאָס ערשטע בוך פֿון אירע לידער, פּובליקירט אינעם ייִדישן אָריגינאַל זינט 1931, הגם אַ סך פֿון אירע ווערק זענען במשך פֿון די יאָרן געדרוקט געוואָרן אין פֿאַרשידענע ייִדישע צײַטשריפֿטן. אַ זאַמלונג פֿון אירע ווערק אין דער רוסישער איבערזעצונג איז אַרויס אין מאָסקווע אין 1965. „בײַם ים און בײַם טײַך‟ איז אַרויסגעגעבן געוואָרן, אַ דאַנק אַ סובסידיע פֿון דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש‟.

סערגאָ בענגעלסדאָרף מיט זײַן מאַמעס לידערבוך
Bella Bryks-Klein
סערגאָ בענגעלסדאָרף מיט זײַן מאַמעס לידערבוך

אויפֿן באַשיידענעם קבלת־פּנים זונטיק, האָט דער דירעקטאָר פֿון „לייוויק־פֿאַרלאַג‟, וועלוול טשערנין, גערעדט וועגן ליובע וואַסערמאַנס לעבן און ווערק, און די פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן בן־חיים האָט געלייענט אַ קראַנץ לידער פֿונעם בוך. בענגעלסדאָרף, וועלכער האָט געהאַט צוגעשטעלט אַלע מאַטעריאַלן, האָט האַרציק באַדאַנקט דעם עולם.

דניאל גלאַי, דער פֿאָרזיצער פֿון „לייוויק־הויז‟, האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז ער פֿרייט זיך זייער מיטן בוך, ווײַל „דאָס איז אַ שטיק ייִדישע געשיכטע, אויסגעדריקט דורך די געפֿילן פֿון אַ פּאָעטעסע. די געשיכטע הײַנט־צו־טאָג לערנט מען דאָך נישט דורך די דאַטעס, מלחמות און הערשער, נאָר דורך נאַראַטיוון.‟

ליובע וואַסערמאַנס שילדערונג פֿון ביראָבידזשאַן אין יענע יאָרן איז ספּעציעל רירנדיק, האָט גלאַי באַמערקט. „מע טאָר נישט זאָגן, אַז דער ביראָבידזשאַן־פּראָיעקט איז דורכגעפֿאַלן. מע דאַרף הײַנט וויסן ווי שטאַרק די ייִדן האָבן זיך איבערגעגעבן דעם אידעאַל; ווי זיי האָבן געליבט, געהאָפֿט און זענען, צום סוף, אַנטוישט געוואָרן.‟