רבי שמשון אָסטראָפּאָלערס אוניקאַלע ירושה

Rabbi Simshon of Ostropol's Unique Legacy

אַ אַלטע חורבֿה פֿון אַ מיל אין אָסטראָפּאָל
Wikimapia
אַ אַלטע חורבֿה פֿון אַ מיל אין אָסטראָפּאָל

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 14, 2016, issue of February 05, 2016.

לייענענדיק דעם בלאָג, וווּ די שטיצער פֿונעם קאָנסטראָווערסאַלן רבֿ אליעזר בערלאַנד דערציילן נײַעס וועגן זייער רבין, האָב איך באַמערקט אַ מעשׂה וועגן רבי שמשון אָסטראָפּאָלער. זײַענדיק איינער פֿון די גרעסטע מקובלים פֿונעם 17טן יאָרהונדערט, האָט ער אַמאָל דערזען בחלום זײַן צוקונפֿטיקן שכן אין גן־עדן. דעם 11טן יאַנואַר האָט מען איבערגעגעבן, אַז בערלאַנד האָט באַקומען אַ דרום־אַפֿריקאַנער בירגערשאַפֿט און דאַרף נישט מער אַנטלויפֿן פֿון דער פּאָליציי צוליב באַשולדיקונגען אין צווייפֿלהאַפֿטיקע ענינים.

רבי שמשון אָסטראָפּאָלערס ווערק האָבן אַן אוניקאַלן יענוועלטישן טעם; ס׳איז פֿאַרשפּרייט אַ סטערעאָטיפּ, אַז ס׳איז בכלל אוממעגלעך זיי צו פֿאַרשטיין. צוליב דעם, ווערט זײַן נאָמען נישט זעלטן דערמאָנט, צום באַדויערן, אין פֿאַרשיידענע שאַרלאַטאַנישע און עם־הארצישע דיסקוסיעס אַרום קבלה.

רבי שמשון אָסטראָפּאָלער איז געווען אַן עכטער בעל־חלומות, אינעם גוטן זין פֿון וואָרט. דורך זײַנע חזיונות און מעדיטאַטיווע חשבונות האָט ער געהאָפֿט מתקן זײַן די גאַנצע וועלט און צו ראַטעווען די ייִדן פֿון די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות מצד די קריסטן. ס׳איז קלאָר, אַז זײַנע קאָמפּליצירטע מאַטעמאַטישע שפּילערײַען מיט ווערטער, אותיות און חשבונות זענען נישט בלויז אַן אַבסטראַקציע, נאָר אַן אַנטפּלעקונג פֿון גאָר טיפֿע און ערנסטע אינערלעכע איבערלעבונגען.

ווען דער מקובל איז געבוירן געוואָרן ווייסט מען נישט גענוי. מע ווייסט אָבער יאָ, אַז אינעם טרויעריק באַרימטן יאָר 1648, בעת די „גזירות תּ״ח‟, האָט באָגדאַן כמעלניצקיס באַנדע זיך אַרײַנגעריסן אינעם אוקראַיִנישן שטעטל פּילענוע (פּאָלאָנע), וווּ ער האָט דעמאָלט געוווינט, און האָבן רב שמשונען אומברחמנותדיק אומגעבראַכט בשעת ער האָט געדאַוונט, צוזאַמען מיט די אַנדערע מתפּללים. מע דערציילט, אַז דער מלאך־מגיד, וועלכער פֿלעגט זיך אַנטפּלעקן פֿאַרן מקובל און דערקלערן אים די הימלישע סודות, האָט פֿון פֿריִער געוואָרנט וועגן דער קומענדיקער קאַטאַסטראָפֿע און גערופֿן די ייִדן תּשובֿה צו טאָן. צום באַדויערן, האָבן די תּעניתים און קבלה נישט געהאָלפֿן.

רבי שמשון אָסטראָפּאָלער האָט ממש געלעבט ערגעץ אויף דער גרענעץ צווישן גשמיות און רוחניות. אין זײַנע ווערק דערקלערט ער נישט, ווען ער פֿאַררופֿט זיך אויף געוויינטלעכע ספֿרים און היסטאָרישע געשעענישן, און ווען ער מיינט זײַנע וויזיעס. ס׳זעט אויס, אַז אַ גאַנצע ריי ספֿרים, וואָס ער דערמאָנט, זענען נישט בנימצא אין אונדזער וועלט. אַזוי צי אַזוי, שטעקט אין זײַנע אָפּגעהיטע ווערק אַ רײַכער אוצר פֿון גאַנץ אינטערעסאַנטע געדאַנקען, הגם זיי ווערן אויסגעדריקט אין אַ ספּעציפֿישער סודותפֿולער פֿאָרעם און פֿאָדערן אַ ממשותדיקע טירחה, כּדי זיי צו דעשיפֿרירן. ס׳זעט אויס, אַז אַחוץ די חידושדיקע פּערזענלעכע וויזיעס, האָט רבי שמשון, בשותּפֿות מיט זײַן קרובֿ און פֿרײַנד רבי נתן־נטע שאַפּיראָ, אַן אַנדער גרויסער מקובל, באַקאַנט ווי דער מחבר פֿונעם ספֿר „מגלה עמוקות‟, טאַקע געהאַט אַ צוטריט צו קאָנקרעטע געהיימע טראַדיציעס און קבלה־ספֿרים, וואָס בלײַבן אומבאַקאַנט אָדער זענען פֿאַרלוירן געוואָרן.

צום מערסטן איז באַקאַנט רבי שמשון אָסטראָפּאָלערס בריוו, וועלכן אַ סך חסידים לייענער בעתן ביעור־חמץ פֿאַרן פּסח אָדער בײַם סדר־טיש. ס׳רובֿ חסידים מיינען, אַז אַ געוויינטלעכער מענטש איז נישט בכּוח צו פֿאַרשטיין די ווערטער פֿונעם הייליקן מקובל, און לייענען עס בלויז אַ סגולה.

אין דער אמתן, איז דער דאָזיקער בריוו גענוג קלאָר. דער אַריז״ל, רבי יצחק לוריא, האָט איבערגעלאָזט אַ קאָמענטאַר אויף דער פּסחדיקער הגדה מיט אַ ריי מיסטעריעזע שמות. אין זײַן בריוו, דערקלערט רבי שמשון, ווי אַזוי די דאָזיקע שמות באַקומען זיך, ווען מע ווענדט אָן גימטריאות, ראָשי־תּיבֿות און אַנדערע גאַנץ קאָנקרעטע טעכנישע מעטאָדן צום טעקסט פֿון דער פּסחדיקער הגדה. דער מחבר באַטאָנט, אַז די דאָזיקע אַבסטראַקטע קאָמבינאַציעס פֿון אותיות זענען מרמז אויף פֿאַרשיידענע מלאָכים און גײַסטיקע וועלטן.

אַן אַלטע שיל אין אָסטראָפּאָל, פֿאָטאָגראַפֿירט אַרום 1900
אַן אַלטע שיל אין אָסטראָפּאָל, פֿאָטאָגראַפֿירט אַרום 1900

זײַן עיקר־ספֿר, „דן ידין‟, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פּירוש אויפֿן אוראַלטן משיחישן מדרש „ספֿר קרניים‟. ווי באַלד זײַן קאָמענטאַר איז דער ערשטער באַקאַנטער קוואַל פֿונעם דאָזיקן מיסטעריעזן טעקסט, מיינען אַ טייל פֿאָרשער, אַז רבי שמשון אַליין האָט אָנגעשריבן דעם „ספֿר קרניים‟, און דערנאָך צוגעגעבן זײַן אייגענעם פּירוש. ס׳קאָן זײַן, אַז ער האָט דערזען דעם ספֿר אין אַ חלום און האָט עס „אַראָפּגעלאָדן‟ פֿון זײַן ווירטועלער אינערלעכער וועלט, אָדער אָנגעשריבן עס אין אַ טראַנס. אינעם קאָמענטאַר, גיט ער כּסדר אַן עצה אַרײַנצוקוקן אין זײַן „גרויסן ספֿר‟ מיטן נאָמען „מחנה דן‟. עס שאַפֿט זיך אָבער אַן אײַנדרוק, אַז רבי שמשון האָט געלייענט דעם דאָזיקן ספֿר בלויז אין זײַן אייגענער חלום־וועלט.

צווישן זײַנע אַנדערע ווערק איז געבליבן אַן אַנדער קליינער ספֿר מיטן נאָמען „ליקוטי שושנים‟ און אַ הגדה־פּירוש. אַ סך מאַטעריאַל, וואָס שטאַמט פֿון אים, ווערט דערמאָנט אין די ספֿרים פֿון אַנדערע מחברים.

אין זײַנע ווערק, פֿאָקוסירט זיך רבי שמשון אָסטראָפּאָלער כּסדר אויף קאָמפּליצירטע גימטריאות און אַנדערע אָפּעראַציעס מיט די אותיות און ווערטער. פֿאַר אים זענען דאָס נישט געווען בלויז טעאָרעטישע מעכאַנישע חשבונות. ווי עס זעט אויס, האָט אינעם „מאַטריקס‟ פֿון זײַן אינערלעכער וועלט יעדעס וואָרט זיך אַנטפּלעקט ווי שדים, מלאָכים און גאַנצע וועלטן. אַזאַ דערפֿאַרונג איז גאָר אינטערעסאַנט מצד דעם שטאַנדפּונקט פֿון דער הײַנטצײַטיקער אַנאַליטישער און טראַנספּערסאָנעלער פּסיכאָלאָגיע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן פֿאָרשן פֿאַרשיידענע אומגעוויינטלעכע באַשטאַנדן פֿונעם מענטשלעכן באַוווּסטזײַן — פֿון חלומות און משוגעתן ביז אינערלעכע איבערלעבונגען פֿון גרויסע פּאָעטן, קינסטלער און מיסטיקער.

גאָר אינטערעסאַנט איז רבי שמשונס צוגאַנג צו דער קריסטלעכער רעליגיע. ווייניק אַנדערע ייִדישע מחברים האָבן זיך באַצויגן צום קריסטנטום אַזוי טיף נעגאַטיוו, ווי צו אַ שוואַרצן טײַוולאָנישן כּוח. ווען מע טראַכט זיך אָבער אַרײַן אין רבי שמשונס ווערטער, באַמערקט מען אַ ריי חידושדיקע ניואַנסן.

דער מקובל דערקלערט, אַז ווען אַ צדיק גייט אַוועק אויף יענער וועלט, מוז ער קודם אַראָפּגיין אין גיהנום, כּדי אַרויסצושלעפּן פֿון דאָרטן די נשמות פֿון רשעים. אינעם דאָזיקן סכּנותדיקן תּפֿקיד העלפֿט אים זיך צו ראַטעווען פֿונעם שׂטן אַ געוויסער מלאך מיטן נאָמען יהושע, וועלכע שרײַבט מיטן וואַקס אויפֿן שטערן פֿונעם צדיק דאָס וואָרט „אַתּה‟. מיט אַזאַ הימלישן שטעמפּל דאַרף מען נישט מורא האָבן פֿאַר די טיפֿסטע חדרים פֿון גיהנום.

די הייליקע שכינה ווערט בײַ רבי שמשון אָסטראָפּאָלער באַטראַכט ווי אַן אומשולדיק הייליק מיידל, „בתולה קדישתּא‟, וואָס ווערט אַסאָציִיִרט מיט רבֿקה בת בתואל. ווען ייִדן זינדיקן נישט, בלײַבט זי אַלעמאָל אין איר בתולה־מצבֿ. אינעם טיפֿן שורש פֿון דער הייליקער שכינה, הייסט זי „דער סוד פֿון מרים‟. וואָס שייך דעם שׂטן, האַלט אונדזער מקובל, אַז אַמאָל איז ער געווען אַ הייליקער מלאך, אָבער צוליב דעם חטא פֿון אָדם און חוה איז ער געפֿאַלן; ווען משיח וועט קומען, וועט דער שׂטן אַליין תּשובֿה טאָן און זיך אומקערן אויף זײַן אָריגינעלער הויכער פּאָזיציע אינעם הימל.

ס׳איז גרינג צו באַמערקן, אַז די דאָזיקע סוזשעטן דערמאָנען אַ גאַנצע ריי קריסטלעכע ענינים, אָבער אויף אַ ספּעציפֿישן אופֿן. על־פּי־קבלה, האָט יעדער הייליקער ענין אַ פּאַראַלעל אין דער וועלט פֿון סיטרא־אַחרא, און פֿאַרקערט. כּדי מבֿטל צו זײַן די פֿינצטערע זײַט פֿון דער קריסטלעכער אמונה, דערקלערט רבי שמשון אַ ריכטיקע ייִדישע ווערסיע פֿון „קריסטאָלאָגיע‟, לויט וועלכער דער כּוח, וואָס קאָן ראַטעווען די נשמה פֿון גיהנום איז בלויז אַ געוויסער מלאך; אַז די „הייליקע בתולה‟ איז אַ סימבאָל פֿון דער שכינה־הקדושה.

שטעלנדיק די קריסטלעכע טעאָלאָגיע אויף קאַפּויער, האָט רבי שמשון אָסטראָפּאָלער פֿאָרט אײַנגעזען אַפֿילו אין אַזאַ פֿרעמד אָרט געוויסע באַהאַלטענע נקודות פֿון אמת, האָפֿנדיק זיי אַרויסצוברענגען דורך זײַנע תּיקונים. צום באַדויערן, האָבן די אַנטיסעמעטישע רוצחים זײַן ספּעציפֿישן אינטערעס צו זייער טעאָלאָגיע נישט אָפּגעשאַצט.