פּוטין פֿאַרבעט ייִדן קומען קיין רוסלאַנד

Putin Invites Jews to Emigrate to Russia

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published January 21, 2016, issue of February 05, 2016.

וויאַטשעסלאַוו קאַנטאָר
וויאַטשעסלאַוו קאַנטאָר

מיט אַ פֿערטל יאָרהונדערט צוריק האָב איך צום ערשטן מאָל זיך צונויפֿגעשטויסן מיט אַ כּמו־געזעלשאַפֿטלעכער ייִדישער אָרגאַניזאַציע. דעמאָלט האָב איך נאָך געוווינט אין מאָסקווע און קיין דערפֿאַרונג פֿון האָבן צו טאָן מיט דער מערבֿדיקער וועלט איז בײַ מיר כּמעט ניט געווען. די אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָט בײַ מיר דעמאָלט אַרויסגערופֿן אַזאַ פֿאַרוווּנדערונג, איז געווען דער „וועלט־ראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור‟. עס האָט מיך שאָקירט, אַז דאָס איז געווען אַ גרופּע לײַט, וועלכע קיינער האָט ניט אויסגעוויילט. פּינקטלעכער, האָבן זיי אויסגעוויילט זיך אַליין און ערגעץ געקראָגן געלט פֿאַר זייער טעטיקייט, וועלכע איז, גאָט צו דאַנקען, געווען גאַנץ ניצלעך.

הײַנט קען איך ברענגען אַ לאַנגע רשימה אַזעלכע אָרגאַניזאַציעס, וועלכע מאַכן אַן אָנשטעל, אַז זיי רעפּרעזענטירן אַ ברייטן עולם, אָבער, אין דער אמתן, זײַנען זיי אָפּהענגיק ניט פֿון דעם דאָזיקן ברייטן עולם, נאָר פֿון די יחידים צי אינסטיטוציעס, וואָס פֿינאַנצירן זייער טעטיקייט. בראָש אַזעלכע אָרגאַניזאַציעס שטייען דערפֿאַרענע „פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדן‟, גאַנץ אָפֿט סימפּאַטישע, וועלכע פֿאַרשטייען ווי אַזוי צו פֿירן אַזאַ געשעפֿט.

אין געוויסע פֿאַלן, אָבער, קאָמבינירן די אָנפֿירער פֿון אַזעלכע אָרגאַניזאַציעס צוויי פֿונקציעס — אי פֿון דעם ראָש, אי פֿון דעם ספּאָנסאָר. אייניקע רײַכע ייִדן האָבן ליב צו זײַן אויך ייִדישע כּלל־טוער. זייער ברייט איז עס פֿאַרשפּרייט, אַ שטייגער, אין דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ס’איז שווער צו זאָגן, צוליב וואָס דער אָדער יענער קורח טוט עס. בײַ אייניקע איז עס אַן אויפֿריכטיקע אָפּשפּיגלונג פֿון זייערע ייִדישע סענטימענטן; בײַ אַנדערע איז עס אַ מעגלעכקייט זיך אויספֿײַנען, צו באַזאָרגן פֿאַר זיך אַן אָרט אין דעם וועלט־קלוב פֿון רײַכע ייִדן און, בכלל, וויכטיקע מענטשן; אָדער עס מישן זיך צונויף ביידע צילן.

הײַיאָר, אין אויגוסט, וועט מען, בלי־ספֿק, ניט פֿאַרגעסן צו פֿײַערן דעם 80סטן יוביליי פֿון דעם ייִדישן וועלט־קאָנגרעס. דער „פֿאָרווערטס‟ האָט געשריבן דעם 13טן אויגוסט 1936, אַז דער נײַ־געשאַפֿענער קאָנגרעס האָט געשטרעבט צו „ווערן אַ שטענדיקע קערפּערשאַפֿט, וואָס זאָל האַנדלען פֿאַר די ייִדישע קהילות איבער דער גאַנצער וועלט איבער געמיינזאַמע פֿראַגן‟. גאָר ניט אַלע זײַנען געווען אַנטציקט פֿון דער דאָזיקער אידעע — צו האָבן אַזאַ זעלבסטבאַשטימטע אַמביציעזע קערפּערשאַפֿט. אָבער זי עקזיסטירט ביזן הײַנטיקן טאָג און האָט באמת פֿאַרכאַפּנדיקע זײַטלעך אין איר געשיכטע.

בינו־לבינו, האָבן זיך באַוויזן „קאָנגרעסן‟ און „קאָנגרעסעלעך‟ איבער דער גאָרער וועלט. טעאָרעטיש שאַפֿן זיי אַ מין פֿעדעראַטיווע סטרוקטור, אָבער איך בין גאָר ניט זיכער, ווי ווײַט זיי קאָאָרדינירן זייער אַרבעט. גאַנץ אָפֿט פֿירט אָן מיט אַ רעגיאָנעלן קאָנגרעס אַ היגער רײַכער ייִד. איינער פֿון זיי איז וויאַטשעסלאַוו קאַנטאָר. אַ געוויסע צײַט איז ער געשטאַנען בראָש דעם ייִדישן קאָנגרעס אין רוסלאַנד, אָבער דערנאָך האָט ער אין זײַנע הענט פֿעסט גענומען די לייצעס פֿון דעם אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס, וואָס פֿאַראייניקט (אַזוי טענהט מען) ייִדישע קהילות פֿון אַזש 42 לענדער.

איך בין זיכער, אַז אין אָט די 42 מדינות דאַרף מען מיט ליכט זוכן אַ ייִד (איך רעד ניט וועגן פּראָפֿעסיאָנעלע כּלל־טוער), וועמען עס זאָגט עפּעס דער נאָמען „וויאַטשעסלאַוו קאַנטאָר‟. און דאָך, אַ דאַנק דעם גרויסאַרטיקן טיטל (דערצו שאַצט מען אָפּ קאַנטאָרס פֿאַרמעגן אין אַריבער צוויי ביליאָן דאָלאַר), האָט דער פּרעזידענט פֿון אָט דעם קאָנגרעס די טעג באַקומען אַ צוטריט צו וולאַדימיר פּוטין, בכבֿודו־ובעצמו; און טאַקע פּוטינען — וועמען נאָך? — האָט ער זיך געקלאָגט וועגן דעם שווערן (לויט זײַנע ווערטער, דעם ערגסטן זינט דער צווייטער וועלט־מלחמה!) מצבֿ פֿאַר ייִדן אין אייראָפּע — דאָס הייסט, אויף דער טעריטאָריע, וואָס די שווערע לאַסט פֿון אַחריות ליגט, נעבעך, אויף זײַנע פּלייצעס. וואָס זשע האָט געטאָן פּוטין? ער האָט אַ שמייכל געטאָן (אַלע צײַטונגען דערמאָנען אָט דעם שמייכל) און גוטברודעריש געעצהט די איבערגעשראָקענע ייִדן צו פֿאָרן קיין רוסלאַנד. די דאָזיקע נײַעס צעטראָגט איצט די וועלט־מעדיאַ.

איך מוז מודה זײַן, אַז איך בין סקעפּטיש וועגן די ממש פּאַנישע געשרייען, וועלכע טראָגן זיך פֿון פֿאַרשיידענע זײַטן, אַז עס האַלט באמת שמאָל פֿאַר ייִדן אין אייראָפּע. מע פֿאַררופֿט זיך דערבײַ זייער אָפֿט אויף דער סטאַטיסטיק פֿון אַ היפּשער צאָל מערבֿ־אייראָפּעיִשע, בפֿרט פֿראַנצייזישע ייִדן, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אין ישׂראל אין יאָר 2015. אָבער גלײַכצײַטיק זע איך ניט קיין סטאַטיסטיק פֿון די ישׂראלים, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין מערבֿ־אייראָפּע אין דעם זעלבן יאָר 2015. אָן אַזאַ צוויי־זײַטיקן חשבון איז פּשוט ניט ריכטיק צו געבן עפּעס אַ שׂכלדיקן טײַטש דעם פֿענאָמען פֿון דער גרעסערער צאָל עולים־חדשים.

ס׳איז ניט קיין סוד, אַז צווישן די מוסולמענער, וואָס וווינען אין אייראָפּע צי זײַנען נאָר וואָס אַהין אָנגעקומען, זײַנען דאָ ניט ווייניק מענטשן, וואָס קוקן מיט שׂינאה אויף ייִדן. אָבער צו זאָגן, אַז די ייִדן האָבן אין אייראָפּע, זינט דער צווייטער וועלט־מלחמה, ניט געהאַט אַזעלכע שווערע צײַטן ווי איצט, זעט מיר אויס ווי אַ גוזמא. צעפּויקן איבער דער וועלט וואָס פּוטין האָט וועגן דעם געזאָגט, איז פּשוט — אין בעסטן פֿאַל — אַ נאַרישקייט.