ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published January 25, 2016, issue of February 19, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אױסטראַלישע ייִדישע זומער־לאַגערן

די אױסטראַליש־ייִדישע יוגנט־גרופּעס „סקיף‟, „הבונים‟, „השומר־הצעיר‟, „הינני‟, „ביתּ״ר‟, „קעמפּ גן־ישׂראל‟ (פֿאַר מײדלעך און פֿאַר ייִנגלעך באַזונדער), „בני־עקיבֿא‟, „נצ״ר‟ און „קעמפּ סאַבאַבאַ‟ (פֿאַר ייִדישע יוגנטלעכע מיט פֿיזישע אָדער אינטעלעקטועלע מניעות) האָבן אַלע פֿאַרענדיקט זײערע זומער־לאַגערן במשך פֿון די אױסטראַלישע שול־פֿעריען.

טעניס־שפּילער: װי בײַ זיך אין דער הײם

דער ישׂראלדיקער טעניס־שפּילער דודי סלה זאָגט, אַז ער האָט ליב צו שפּילן טעניס בײַם מעלבורנער פֿאַרמעסט, װײַל מעלבורן פֿאַרמאָגט פֿיל ייִדישע טעניס־פּאַטריאָטן. ער זאָגט, אַז שפּילן אין מעלבורן איז זײער פֿײַן, אַז עס איז „אַזױ װי שפּילן אין ישׂראל!” סלה שפּילט פֿאַרן „דײװיס־בעכער‟ אינעם מעלבורנער אָפֿענעם טעניס־פֿאַרמעסט.

לײבאָר־אָנפֿירער טאַדלט דאָס נישט דערלױבן לײבאָר־פֿאָרשטײערס צו פֿאָרן קײן מדינת־ישׂראל

לוק פֿאָלי
לוק פֿאָלי

לוק פֿאָלי, דער נײַער אָנפֿירער פֿון דער לײבאָר־פּאַרטײ אין דעם שטאַט ניו־סאַוט װײלס, זאָגט, אַז ער טאַדלט דעם רוף פֿון אַ מינדערהײט אין זײַן פּאַרטײ צו פֿאַרװערן, אַז די לײבאָר־מיטגלידער פֿון די שטאַטישע און קאָנאָנװעלט־־פּאַרלאַמענטן, אָפֿיציאַלן און מיטגלידער פֿון לײבאָרס יוגנט־צװײַג זאָלן מעגן געניסן פֿון רײַזעס קײן מדינת־ישׂראל, אױב זײערע קאָסטן װערן געדעקט פֿון דער ישׂראל־רעגירונג אָדער פֿון לאָקאַלע ציוניסטישע אָרגאָניזאַציעס.

די פֿראַגע װעט דעבאַטירט װערן דעם קומענדיקן חודש בײַ לײבאָרס ניו־סאַוט װײלס פּאַרטײ־קאָנפֿערענץ. פֿאָרשטײערס פֿון לאָקאַלע ציוניסטישע אָרגאָניזאַציעס פֿאַרזיכערן, אַז זײ אָרגאָניזירן רײַזעס קײן מדינת־ישׂראל, װוּ די אָנטײלנעמערס פֿאַרברענגען מיט פֿאָרשטײערס פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג און מיט פֿאָרשטײערס פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ.

פֿאָלי זאָגט, אַז לױט אים איז נאָר מעגלעך צו לײזן די סיטואַציע אין מיטעלן מיזרח דורך „אַן אָפֿענעם דיאָלאָג צװישן אַלע אָנטײלנעמערס, כּדי אױסצוזוכן אַ בשלומדיקע רעזאָלוציע צום קאָנפֿליקט‟ צװישן מדינת־ישׂראל און די פּאַלעסטינער.

די נײַע קאָנסטיטוציע פֿאַרן מעלבורנער ישיבֿה־צענטער איז נאָך נישט גרײט

די נײַע צײַטװײַליקע פֿאַרװאַלטונג פֿונעם מעלבורנער ישיבֿה־צענטער האָט טאַקע רעזיגנירט סוף דעצעמבער, פּונקט װי זי האָט צוגעזאָגט צו טאָן, נאָר אַזױ װי דער קאָמיטעט, װאָס האָט געדאַרפֿט צוגרײטן אַ נײַע קאָנסטיטוציע פֿאַרן מעלבורנער ישיבֿה־צענטער האָט נאָך נישט געענדיקט די אַרבעט פֿון צוגרײטן די נײַע קאָנסטיטוציע צו דער צײַט, װעלן כאָטש אַ טײל פֿון די מיטגלידער פֿון דער צײַט־װײַליקער פֿאַרװאַלטונג װײַטער דינען די ישיבֿה און איר סבֿיבֿה ביז די נײַע קאָנסטיטוציע װעט זײַן גרײט און די אָרגאָניזאַציע װעט קענען פֿירן װאַלן, כּדי צו באַשטימען די נײַע אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער אָרגאָניזאַציע.

די צײַט־װײַליקע פֿאַרװאַלטונג איז באַרעכטיקט צו באַשטימען צי די נײַע קאָנסטיטוציע װעט אָנגענומען װערן אָדער נישט. אױב נישט, דאַרף דער קאָמיטעט זיך אומקערן צו דער אַרבעט פֿון אָנשרײַבן אַ נײַע קאָנסטיטוציע.

ֱֱֱ###אַ רוף אײַנצופֿירן נײַע סאַנקציעס קעגן איראַן

דער עקזעקוטיװ־ראַט פֿון אױסטראַלישן ייִדנטום האָט געפֿאָדערט, אַז די רעגירונגען פֿון אױסטראַליע און אַנדערע מערבֿדיקע לענדער זאָלן אײַנפֿירן נײַע סאַנקציעס קעגן דער איראַנישער רעגירונג נאָך דעם װי די אַלטע סאַנקציעס זײַנען אָפּגערופֿן געװאָרן, װי אַ טײל פֿונעם אָפּמאַך װעגן נוקלעאַרע װאָפֿנס, װאָס איז אונטערגעשריבן געװאָרן מיט איראַן.

אַמעריקע האָט שױן געמאָלדן נײַע סאַנקציעס קעגן 11 איראַנישע יחידים און געשעפֿטן אין איראַן, כינע און די פֿאַראײניקטע אַראַבישע עמעריטן, װעלכע האָבן פֿאַרבינדונגען מיט איראַנס פּלענער צו שאַפֿן באַליסטישע מיסילן, װעלכע זײַנען אין קעגנזאַץ צו דער רעזאָלוציע פֿון די פֿאַראײניקטע פֿעלקער, װאָס פֿאַרװערט אַזעלכע פּראָגראַמען.

רביצין מלכּה לײפֿער „קען נאָך ניט געמישפּט ווערן‟ צוליב געפֿערלעכע נערוון־עפּיזאָדן, טענהט איר אַדוואָקאַט

די געװעזענע תּלמידות פֿון דער עדת־ישׂראל מײדלשול אין מעלבורן באַקלאָגן זיך, װאָס נאָך אַ גאַנץ יאָר, האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג נישט באַװיזן צו דעפּאָרטירן די רביצין מלכּה לײפֿער קײן אױסטראַליע, װוּ זי װערט פֿאַרדעכטיקט אין העכער 70 פֿאַלן פֿון באַגײן סעקסועלע מיסברױכן קעגן יוגנטלעכע תּלמידות פֿון דער טאָגשול, װו זי האָט אַ מאָל געאַרבעט.

זי איז אַרעסטירט געוואָרן אין בני־ברק מיט 18 חדשים צוריק. אײנע פֿון די מײדלעך, װעלכע באַשולדיקט די רביצין לײפֿער אין אַזעלכע פֿאַרברעכנס, איז שױן געשטאָרבן און װעט דערפֿאַר נישט קענען ברענגען אירע באַשולדיקונגען אין געריכט. אַנדערע, װעלכע זײַנען גרײט איבערצוחזרן זײערע באַשולדיקונגען אין געריכט, האָבן זיך אַפֿילו געשטעלט אין פֿאַרבינדונג מיט ישׂראלס „נאַציאָנאַלן ראַט פֿאַרן קינד‟, װעמענס פֿאַרװאַלטער רופֿט זײַן רעגירונג צו לײזן די סיטואַציע. אײנע פֿון די מײדלעך פֿאָדערט, אַז דאָס געריכט זאָל אױך נעמען אין באַטראַכט די געפֿילן פֿון די געליטענע, װעלכע האָבן נאָך אַלץ נישט קײן מעגלעכקײט צו מאָנען יושר.

די ישׂראלדיקע געריכטן זאָגן, אַז עס איז נישט מעגלעך אָנצוהײבן אַ מישפּט צו באַשטימען, צי די רביצין לײפֿער זאָל דעפּאָרטירט װערן קײן אױסטראַליע, װײַל איר אַדװאָקאַט טענהט, אַז יעדעס מאָל װאָס דאָס געריכט באַשטימט אַ דאַטע אָנצוהײבן דעם מישפּט, הײבן זיך אָן געפֿערלעכע נערװן־עפּיזאָדן בײַ איר, און זי קען נישט קומען אין געריכט.