ווער איז דער ייִדישער שׂר־היער?

Who is the Jewish Forest King?

דער וואַלד־קיניג פֿון געטעס ליד אויפֿן בילד פֿון מאָריץ פֿאָן שווינד (רעכטס) און אליהו הנבֿיא, ווי דער פֿראַנצויזישער מאָלער לויִ ערסאַן האָט אים פֿאָרגעשטעלט — צוויי היפּוכדיקע באַדײַטן פֿונעם לשון־קודשדיקן אויסדרוק „שׂר־היער‟.
דער וואַלד־קיניג פֿון געטעס ליד אויפֿן בילד פֿון מאָריץ פֿאָן שווינד (רעכטס) און אליהו הנבֿיא, ווי דער פֿראַנצויזישער מאָלער לויִ ערסאַן האָט אים פֿאָרגעשטעלט — צוויי היפּוכדיקע באַדײַטן פֿונעם לשון־קודשדיקן אויסדרוק „שׂר־היער‟.

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 28, 2016, issue of February 19, 2016.

(די 3 טע זײַט פֿון 4)

אַ בוים, אַ וואַלד און אַ גאָרטן זענען אוניווערסאַלע סימבאָלן, וואָס זענען פֿאַרשפּרייט אין אַלע מענטשלעכע קולטורן, וועקן אויף טיפֿע אַרכעטיפּישע נשמה־כּוחות, און רעפּרעזענטירן אַזעלכע פֿונדאַמענטאַלע ענינים, ווי דער גאַנצער אוניווערס, די מענטשלעכע נשמה און דאָס לעבן, וואָס באַשטייט פֿון פֿאַרשיידענע גרויסע „צווײַגן‟, אויף וועלכע עס וואַקסן קלענערע „צווײַגעלעך‟ און „פּירות‟ פֿון טאָג־טעגלעכע געשעענישן. אויף דער „בוים־סטרוקטור‟ פֿונעם וועזן זענען מרמז פֿאַרשיידענע לעגענדעס, וואָס זענען פֿאַרשפּרייט בײַ אַלע פֿעלקער אַרום דער וועלט.

למשל, דער קאָסמישער בוים „איגדראַזיל‟ שפּילט אַ חשובֿע ראָלע אין דער אוראַלטער סקאַנדינאַווישער מיטאָלאָגיע. די צווײַגן פֿונעם דאָזיקן בוים דערגרייכן ביזן הימל און נעמען אַרום נײַן וועלטן, אַרײַנגערעכנט דעם עולם־הזה און דעם אַלט־נאָרדישן עקוויוואַלענט פֿונעם גן־עדן און גיהנום. מסתּמא, זענען אַ סך אַשכּנזישע ייִדן אין דער מיטל־עלטערלעכער תּקופֿה געווען באַקאַנט מיט דער דאָזיקער לעגענדע, ווײַל זי פֿיגורירט אינעם דײַטשישן „ניבעלונגען־עפּאָס‟.

אַ גאָרטן אָדער אַ סאָד איז אַן אַנדער מעכטיקער אוניווערסאַלער סימבאָל. דער תּנ״כישער אימאַזש פֿונעם גן־עדן, וווּ עס וואַקסן דער עץ־הדעת און עץ־החיים, האָט זיך אַרום דער וועלט צונויפֿגעפֿלאָכטן אויף פֿאַרשיידענע חידושדיקע אופֿנים מיט די אָרטיקע לעגענדעס. בײַ די סלאַווישע פֿעלקער ווערט דער ביבלישער גאָרטן פֿעסט אַסאָציִיִרט מיטן קאָסמישן בוים און אַ מיסטעריעז יענוועלטיש לאַנד, וווּהין די פֿייגל, אין וועלכע עס פֿאַרוואַנדלען זיך די נשמות פֿון טויטע, פֿליִען אַוועק אויפֿן ווינטער.

אַ וואַלד, זײַענדיק אַן אָרט פֿול מיט דערנער און ווילדע חיות, וווּ אַ מענטש קאָן זיך גרינג פֿאַרבלאָנדזשען, סימבאָליזירט דעם עולם־הזה. רבי נחמן בראַצלעווער באַנוצט זיך כּסדר מיטן דאָזיקן סימבאָל אין זײַנע „סיפּורי־מעשׂיות‟, בפֿרט אין דער אויסערגעוויינטלעך שיינער און טיפֿער מעשׂה וועגן די אויסגעטוישטע בן־מלך און בן־שיפֿחה.

מיט דער הילף פֿון אַ גאַנצער ריי באַקאַנטע מיטאָלאָגישע וועלט־מאָטיוון, דערציילט דער גרויסער חסידישער צדיק וועגן דעם נע־ונד פֿון דער געטלעכער נשמה פֿונעם מענטש אין דער ווילדעניש פֿון דער גשמיותדיקער וועלט. דער פֿאַרבלאָנדזשעטער פּרינץ טרעפֿט זיך אינעם וואַלד מיטן מיסטישן וועגווײַזער, וועלכער זעט צוערשט אויס שרעקעדיק, אָבער צום סוף העלפֿט דעם בן־מלך זיך אומצוקערן אין זײַן טאַטנס פּאַלאַץ, וווּ ער הייבט אויף „דאָס רייזעלע‟ און „זעצט עס אַרײַן אויבן‟, אַנטפּלעקנדיק דערמיט, אַז ער איז דער אמתער בן־מלך.