נײַעס פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published February 01, 2016, issue of February 19, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

21 ייִדן באַקומען אױסצײכענונגען פֿון דער אױסטראַלישער רעגירונג

די אױסטראַלישע רעגירונג טײלט צו אױסצײכענונגען צו אירע בירגער, װעלכע אַרבעטן אױסער װי געװײנטלעך צו פֿאַרבעסערן דאָס לעבן אין לאַנד, און זי טוט עס צװײ מאָל אַ יאָר: אין יאַנואַר, כּדי אָפּצומערקן דאָס גרינדן די ערשטע אײראָפּעיִשע קאָלאָניע אין לאַנד אין 1788, און אין יוני — לכּבֿוד דעם אָפֿיציעלן געבורטסטאָג פֿון דער בריטישער קיניגין, װאָס איז אױך די קיניגין פֿון אױסטראַליע. דעם 26סטן יאַנואַר האָבן 21 אױסטראַלישע ייִדן באַקומען אַזעלכע אױסצײכענונגען. צװישן זײ זײַנען פֿאַראַן פּאָליטיקער, אַטלעטיקער, אַקאַדעמיקער, דאָקטױרים, מאָלערס, שרײַבערס, דערציִערס און געזעלשאַפֿטלעכע טוערס.

אַן אױסטראַלישער בירגערס הונגערשטרײַק אין מדינת־ישׂראל

עװיאַטאָר סלאָנים, װאָס איז אַלט נאָר 23 יאָר, איז אַ בירגער גלײַכצײַטיק פֿון אױסטראַליע און פֿון מדינת־ישׂראל. ער איז אַרעסטירט געװאָרן אין ישׂראל דעם פֿאָריקן אױגוסט צוזאַמען מיט אַנדערע ייִדישע עקסטרעמע נאַציאָנאַליסטן, צװישן זײ — מאיר עטינגער, אַן אײניקל פֿון הרבֿ מאיר כּהנא. ער האָט געדאַרפֿט באַפֿרײַט װערן די קומענדיקע װאָך, נאָר װײַל ער האָט געמײנט אַז די רעגירונג װעט אים האַלטן נאָך זעקס חדשים אָן אַן אָפֿיציעלער באַשולדיקונג, האָט ער אָנגעהױבן אַ הונגערשטרײַק אין אײנעם מיט עטינגערן דעם פֿאָריקן שבת.

סלאָנימס אױסטראַליש־געבױרענע עלטערן, װעלכע װױנען אױפֿן מערבֿ־ברעג, האָבן געבעטן בײַם אױסטראַלישן אַמבאַסאַדאָר, אַז ער זאָל זיך אײַנשטעלן לטובֿת זײער זון. זײ װילן, אַז ער זאָל אָדער באַפֿרײַט װערן אָדער, אַז ער זאָל גלײַך געמישפּט װערן.

דער „שין־בית‟ טענהט, אַז סלאָנים איז פֿאַרבונדן מיט אַ גרופּע װאָס הײסט „דער אױפֿשטאַנד‟ און אַז ער דאַרף פֿאַרהאַלטן װערן אָן אַ באַשולדיקונג צוליב זיכערהײט.

טעניס פֿון אַ רעדערשטול

דער 25־יאָריקער רעדערשטול־טעניס־שפּילער, אָדם קעלערמאַן, איז געװען דער לעצטער ייִד, װאָס האָט געהאַט אַ מעגלעכקײט צו געװינען אַ מעדאַל בײַ די אױסטראַלישע אָפֿענע טעניס־פֿאַרמעסטן אין מעלבורן. ער שפּילט סײַ װי אַן אײנצלנער שפּילער, סײַ מיט אַ שותּף־שפּילער.

צום אָנדענק פֿון ראַול װאַלענבערג

ד״ר אַװריל אַלבאַ
ד״ר אַװריל אַלבאַ

אַן עולם פֿון אַן ערך 100 מענטשן איז זיך צונױפֿגעקומען אין מעלבורן, כּדי צו דערמאָנען דעם אױסטראַלישן ערן־בירגער ראַול װאַלענבערג, װאָס האָט געהאָלפֿן ראַטעװען טױזנטער אונגאַרישע ייִדן פֿון די נאַציס בעתן חורבן. די סאָװעטן האָבן אַרעסטירט דעם שװעדישן דיפּלאָמאַט אין בודאַפּעשט אין יאַנואַר 1945 און זײַן װײַטערדיקער גורל איז נישט באַקאַנט. דער אָנדענק־נאָכמיטאָג װערט אָרגאָניזירט יעדעס יאָר פֿונעם ראַול װאַלענבערג צװײַג פֿון „בני־ברית‟, אין אײנעם מיט דער שטאָט פּאָרט פֿיליפּ. ד״ר אַװריל אַלבאַ, װאָס לערנט װעגן דעם חורבן בײַם סידעיער אוניװערסיטעט, האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט װעגן ד״ר עמנואל רינגעלבלום און דעם „עונג־שבת אַרכיװ‟, װאָס ער האָט געזאַמלט צוזאַמען מיט אַנדערע אינעם װאַרשעװער געטאָ.

אַ נײַ בוך װעגן אַן אױסטראַליש־ייִדישן װױלן יונג

אַ נײַ בוך איז אַרױס װעגן דעם אױסטראַליש־ייִדישן װױלן יונג דזשײמס לאָרענס, אָדער „דער בלינדער לערי‟, װאָס איז געבױרן געװאָרן אין לאַנדאַן אין 1793 בײַ אָרעמע עלטערן. ער איז פֿאַרשיקט געװאָרן קײן ניו סאַוט װײלס פֿאַר גנבֿענען אײדל־שטײנער אין 1814. לאָרענס איז געװען האַלב בלינד, האָט געשפּילט טעאַטער פֿון צײַט צו צײַט און האָט אױך באַזוכט אינדיע, קאַנאַדע און דזשאַמײקע נאָך דעם װי ער איז אַנטלאָפֿן פֿון אױסטראַליע. ער האָט געשריבן זײַנע זכרונות אױף דער עלטער, װוּ ער באַשרײַבט װי ער האָט זיך אָפּגעזאָגט, װען אַ בריטישער גלח האָט אים געװאָלט אָפּשמדן, כּדי ער זאָל קענען אַרױס פֿון טורמע. לאָרענס איז געשטאָרבן אין אַ מעלבורנער טורמע אין 1863.

דאָס בוך הײסט „אײליעס‟ און איז אַרױס אינעם פֿאַרלאַג פֿון Australian Scholarly Publishing.

דער אױסטראַלישער אַמבאַסאַדאָר און די שארית־הפּליטה

דײװ שאַרמאַ, דער אױסטראַלישער אַמבאַסאַדאָר אין תּל־אבֿיבֿ, האָט זיך אָנגעשלאָסן אין אַ קאַמפּאַניע צו העלפֿן דער שארית־הפּליטה, װאָס הײסט „פֿרילינג פֿאַר דער שארית־הפּליטה“ אין ישׂראל. זײ זאַמלען אונטערשריפֿטן אױף דער אינטערנעץ אױף אַ „װאַנט פֿון הענט“, צו פֿאָדערן, אַז די שארית־הפּליטה זאָלן באַקומען אַלע בענעפֿיטן װעלכע עס קומט זײ. חבֿרים און חבֿרות אין כּנסת, בירגער־מײַסטערס, אַקטיאָרן און אַטלעטיקער האָבן זיך אױך אונטערגעשריבן. זײ דערװאַרטן צו זאַמלען 180,000 אונטערשריפֿטן ביז יום־השואה.