חכמות וועגן דער מענטשהייט (צווייטער טייל)

Clever Sayings About Mankind (Part II)

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published February 04, 2016, issue of February 19, 2016.

אין מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל האָב איך איבערגעגעבן די געקליבענע ווערטלעך פֿון ייִדישע און נישט־ייִדישע פֿילאָסאָפֿן. אָט האָט איר נאָך בײַשפּילן פֿון זייער קלוגשאַפֿט:

מאָהאַטמאַ גאַנדי (1869—1948) „דער פֿאָטער פֿון אינדיע‟, איז בײַם געבוירן ווערן אַרײַנגעפֿאַלן אין דער „געשעפֿט־קאַסטע‟. צו 13 האָט מען אים שוין חתונה געמאַכט דורך אַן אַראַנזשירטן שידוך; בעת־מעשה איז ער געוואָרן אַ טאַטע פֿון פֿיר זין. זײַן ציל אין לעבן איז געווען אויסצוהיטן זיך פֿון באַשעדיקן לעבעדיקע באַשעפֿענישן. ער האָט געפּרעדיקט: „פֿאַר אַ מענטש מיט אַ ליידיקן מאָגן איז דער ביסן — גאָט.‟ דאָס הייסט, אַז ווען מען איז הונגעריק, איז גאָט אַ לוקסוס בלויז פֿאַר די זאַטע.

און נאָך איינס פֿון גאַנדיס חכמות: „אַן אויג פֿאַר אַן אויג ברענגט דערצו, אַז די גאַנצע וועלט וועט מיט דער צײַט ווערן בלינד.‟

טאָמאַס פּיין (1737—1809), אַ זשורנאַליסט, עסײיִסט און דערפֿינדער, איז געבוירן געוואָרן אין ענגלאַנד און האָט אין 1774 זיך באַזעצט אין אַמעריקע. זײַן שׂכל־הישר האָט געווירקט אויף דער אַמעריקאַנער רעוואָלוציע און געהאָלפֿן בײַם צונויפֿשטעלן די „דעקלאַראַציע פֿון אומאָפּהענגיקייט‟. ער האָט אויך געדרוקט זײַן פּאַמפֿלעט „די תּקופֿה פֿון שׂכל־הישר‟, וווּ ער האָט געפּרעדיקט מענטשנרעכט, רעליגיע און די ווירקונג פֿון דער געזעלשאַפֿט. צווישן זײַנע שריפֿטן געפֿינט מען אַזאַ זאָג: „דער גלויבן אין אַ שלעכטן גאָט פֿאַרוואַנדלט דעם בן־אדם אין אַ שלעכטן מענטש.‟ דאָס הייסט, אַז גוטס און שלעכטס שטעקט נישט אין גאָט, נאָר אין מענטש.

פּלאַטאָן — פֿאַרצײַטיקער גריכישער פֿילאָסאָף, תּלמיד פֿון סאָקראַטן און לערער פֿון אַריסטאָטלען (געבוירן 428 פֿאַר אונדזער צײַט־רעכענונג, געשטאָרבן אין אַטען, אין 348). ער האָט געפּרעדיקט יושר און גערעכטיקייט, עסטעטיק, גלײַכהייט, פּאָליטישע פֿילאָסאָפֿיע, טעאָלאָגיע, קאָסמאָלאָגיע און די פֿילאָסאָפֿיע פֿון שפּראַך. ער האָט איבערגעלאָזט נאַך זיך אַ גרויסע השפּעה אויף אונדזער מערבֿדיקער וועלט. ער האָט געטענהט נאָך אין יענע צײַטן: „דאָס האָט געמוזט זײַן אַ קלוגער מענטש, וואָס האָט באַשאַפֿן גאָט.‟

דאָס הייסט, אַז פּלאַטאָן איז געווען דאַנקבאַר פֿאַר יענעם וועלכער האָט באַקענט די מענטשהײט מיט אַ העכערן וועזן פֿון זיך אַליין.

דזשאָרדזש בערנאַרד שאָו (1856—1950) — אירלענדישער דראַמאַטורג, טעאַטער־קריטיקער, געלעבט אין לאָנדאָן, געווינער פֿונעם „נאָבעל־פּריז פֿאַר ליטעראַטור‟ אין 1925, און געווינער פֿון אַן „אָסקאַר‟ פֿאַר זײַנע פֿילמען, קאָמעדיעס און דראַמעס. ער האָט אונדז איבערגעלאָזט אַ שלל מיט חכמות, צווישן זיי: „היט זיך פֿאַרן מענטשן וועמעס גאָט איז אין הימל.‟

דאָס הייסט, אַז מע מוז זיך היטן פֿאַרן צדיק אין פּעלץ, פֿאַרן היפּאָקריט, וואָס רעדט מיט גאָט און רינט מיט בוימל.

וואָלטייר (1694—1778) — פֿילאָסאָף, היסטאָריקער און סאַטירישער שרײַבער באַקאַנט ווי פֿראַנקרײַכס גרעסטער אויפֿקלערונגס (השכּלה) נאָוועליסט. איינס פֿון זײַנע באַרימטסטע ווערק איז „קאַנדיד‟, וווּ ער שילדערט די פֿאַרדאָרבענע וועלט און מענטשהײט. צווישן זײַנע חכמות: „אויב גאָט וואָלט נישט עקזיסטירט, וואָלט געווען זייער וויכטיק אים צו באַשאַפֿן.‟ דאָס הייסט, אַז די געטלעכע טעאָריע איז געלונגען דווקא צווישן יענע וואָס האָבן קאַפּיטולירט.

און איך וועל פֿאַרענדיקן מיט מײַן באַליבטסטן הומאָריסט, דראַמאַטורג און שרײַבער — משה נאַדיר (יצחק רײַז) (1885—1943). צו 15 יאָר איז ער געקומען קיין אַמעריקע פֿון זײַן שטעטעלע נאַראַיעוו; במשך פֿון די יאָרן פּרובירט אײַנהאַנדלען זיך אַ שלל מיט פּסעוודאָנימען, אָבער בלויז משה נאַדיר איז אים געלונגען, און ער גרייסט זיך דערמיט אויף אַזאַ אופֿן: „ווען איך הער ווי אַ יונג מיידל באַגריסט מיך מיט: „משה נאַ־דיר! משה נאַ־דיר!, ווערט מיר ליכטיק אין די אויגן.‟

שלום־עליכם האָט אים אַמאָל פֿאַרגליכן צו פֿריש געפֿאַלענעם שניי. „ווי נאָר די זון שײַנט אויף — האָט שלום־עליכם געזאָגט — צעגייט ער זיך‟. זעט אויס, אַז ער האָט נישט געהאַלטן פֿון אים.

ווען משה נאַדיר איז געשטאָרבן, האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אַרום זײַן קבֿר אַ בינטל ייִדישע שרײַבער, וואָס האָבן געליטן פֿון קנאת־סופֿרים, און בײַם אַוועקגיין אים געוווּנטשן: „זײַ געזונט, משה!‟

איך וועל בלויז ציטירן עטלעכע קליינע אויצוגן פֿון משה נאַדירס פֿילאָסאָפֿיע אין לעבן:

„…מיר זײַנען צוגעבונדן צום ביסל אָטעם און צום שטיקל פּולס. מיר זײַנען צוגעבונדן צום נאַרישן שלאָף און צום פּאַסקודנעם ביסן. מיר זײַנען אַזוי שטאַרק צוגעבונדן, אַז מיר ווילן זיך דערפֿון בשום־אופֿן נישט אויפֿבינדן.‟

און צום סוף — פֿון נאַדירס ליד, „ייִדן און טשוועקעס‟:

וואָס איז דער שייכות צווישן ייִדן און טשוועקעס? טשוועקעס זײַנען נישט קיין גאָלד, נישט קיין זילבער, נישט קיין גלאָז, נישט קיין האָלץ, נאָר טשוועקעס. ייִדן זײַנען נישט קיין ראַסע, נישט קיין מאַסע, נישט קיין קלאַסע, נישט קיין טערקן, נישט קיין טאָטערן — נאָר ייִדן.

צו וואָס דאַרף מען טשוועקעס? צו וואָס דאַרף מען ייִדן? טשוועקעס דאַרף מען אויף צוזאַמענהאַלטן האָלץ מיט האָלץ, קלאָץ מיט קלאָץ און בוידעם מיט פּאָליצע. די זעלבע זאַך מיט ייִדן.

טשוועקעס דאַרפֿן האָבן אַ קאָפּ, אַ ייִד מוז האָבן אַ קאָפּ. אַ טשוואָק קריגט אַ קנאַק איבערן קאָפּ ווי ער פֿאַרדינט, אַ ייִד קריגט אַ קנאַק איבערן קאָפּ ווי אַנדערע פֿאַרדינען.

טשוועקעס טיילן זיך אין זיבן קאַטעגאָריעס. גרויסע, מיטעלע, קליינע, קליינינקע, פּיטשינקע, פּיטשיניונקעלע ־ די זעלבע זאַך מיט ייִדן.”

אָט האָט איר זיי, די רייד פֿון פֿאַרשיידענע חכמים. אָבער ווען עס קומט צו ייִדן, האָבן מיר אַ באַזונדערן הומאָר, סײַ פֿון אַלטע צײַטן און סײַ פֿון דער הײַנטיקער וועלט, געזעלשאַפֿטלעך, וועלטלעך, קולטורעלער, נאַציאָנאַל, אכזריותדיק, און דער עיקר באַטראַכטן מיר די וועלט ווי זי וואָלט זיך נאָך אַלץ נישט אָפּגעקילט פֿון אירע געבורט־ווייען. אָנגעהויבן האָט זי זיך מיט תּוהו ובֿוהו, און לאָמיר האָפֿן, אַז זי וועט זיך נישט ענדיקן מיט אײַנשטיינס טעאָריע, וווּ ער זאָגט פֿאַרויס:

„לאָמיר האָפֿן, אַז די דריטע וועלט־מלחמה זאָל זיך נישט ענדיקן מיט שטעקענעס, שטיינער און ביינער.‟