עוואַ פֿראַנק — די פֿאַלשע משיחטע

Eva Frank, Female Messianic Claimant

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published February 11, 2016, issue of March 04, 2016.

די נײַע אויסגאַבע פֿון אַדאַ ראַפּאָפּאָרט־אַלבערטס בוך מיט עוואַ פֿראַנקס פּנים אויף דער הילע
די נײַע אויסגאַבע פֿון אַדאַ ראַפּאָפּאָרט־אַלבערטס בוך מיט עוואַ פֿראַנקס פּנים אויף דער הילע

נישט לאַנג צוריק, אין דעצעמבער 2015, האָט דער באַקאַנטער בריטישער פֿאַרלאַג „ליטמאַן‟, וואָס פּובליקירט אינטערעסאַנטע ביכער אויף ייִדישע טעמעס, אַרויסגעגעבן אַ נײַע אויסגאַבע פֿון אַדאַ ראַפּאָפּאָרט־אַלבערטס פֿאָרשונג „פֿרויען און די משיחישע כּפֿירה פֿון שבתי צבֿי: 1666—1816‟. די ערשטע אויסגאַבע איז געדרוקט געוואָרן אין 2011. איצט גרייט ראַפּאָפּאָרט־אַלבערט, אַ פֿאָרשערין פֿון ייִדישע ענינים בײַם לאָנדאָנער אוניווערסיטעט און אַ פּענסיאָנירטע פּראָפֿעסאָרין, אַן אַנדער בוך אויף אַ שײַכותדיקער טעמע, וועגן גענדער־באַציִונגען בײַ די חסידים.

פֿאַרוואָס האָט די מחברטע אויסגעקליבן דווקא אַזאַ געשיכטע־פּעריאָד? דער ענטפֿער אויף דער דאָזיקער קשיא געפֿינט זיך אויף דער הילע פֿון דער נײַער אויסבאַגע, באַצירט מיט אַ פּאָרטרעט פֿון יעקבֿ פֿראַנקס טאָכטער רבֿקה אָדער רחל, בעסער באַקאַנט אונטער איר קריסטלעכן נאָמען, עוואַ פֿראַנק. אינעם יאָר 1816, זײַענדיק אָרעם און טיף פֿאַרזונקען אין ריזיקע חובֿות פֿון דרײַ מיליאָן גילדן, איז זי פּלוצעם געשטאָרבן און איר ראַדיקאַלע משיחישע סעקטע איז ביסלעכווײַז אויסגעגאַנגען.

הגם נאָך עוואַ פֿראַנקס טויט האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַ קלאַנג, אַז איר האָט זיך אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן אין אַן אַנדער לאַנד מיט אַ געליבטן, איז זי מיט 200 יאָר צוריק פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. עס קאָן זײַן, אַז דער קולט אַרום איר איז געווען איינע פֿון די סיבות, צוליב וועלכע אין מיזרח־אייראָפּע האָט זיך געשאַפֿן אַ סאָציאַלער קלימאַט, אין וועלכן אַ טייל חסידים האָבן אָנגענומען געוויסע פֿרויען ווי רביים. צום בעסטן איז באַקאַנט די אַזוי־גערופֿונע לודמירער מויד, חנה־רחל ווערבערמאַכער, וועלכע האָט געפּראַוועט רביסטווע אין איר אייגענער שיל.

אַזוי צי אַזוי, האָט זיך מיט 200 צוריק פֿאַרענדיקט זייער אַן אינטערעסאַנטער און קאָנטראָווערסאַלער היסטאָרישער קאַפּיטל, ווען בײַ געוויסע סעקטאַנטישע ייִדן האָט געבליט אַ ספּעציפֿישע פֿאָרעם פֿון פֿעמיניזם. עוואַ פֿראַנק בלײַבט די איינציקע פֿרוי אין דער ייִדישער געשיכטע, וואָס האָט מיט דערפֿאָלג איבערגעצײַגט טויזנטער ייִדן און אַפֿילו קריסטן, אַז זי איז די אמתע משיחטע און די הייליקע שכינה אַליין. אַ טייל קריסטן האָבן ערנסט געגלייבט, פֿון זייער פּערספּעקטיוו, אַז זי איז די „הייליקע בתולה מאַריע‟. אַפֿילו דער רוסישער צאַר אַלעקסאַנדר דער ערשטער איז ספּעציעל געריטן אויפֿן פֿערד פֿון פֿראַנקפֿורט קיין אָפֿענבאַך אינעם יאָר 1813, נאָך דער גרויסער באַטאַליע אין לײַצפּיג, כּדי זיך צו טרעפֿן מיט דער באַרימטער מיסטישער פֿרוי.

דער שטייגער, ווי אַזוי די נאָכפֿאָלגער האָבן באַדינט עוואַ פֿראַנק, האָט זיך שאַרף אונטערגעשיידט פֿון דער געוויינטלעכער פֿרומער אמונה אין ביאת־המשיח, ווי אויך פֿונעם קריסטלעכן אימאַזש פֿון בתולהשאַפֿט. צומאָל האָט די „משיחטע‟ געצוווּנגען די חסידים אויסצופֿירן פֿאַרשיידענע סעקסועלע און פּסיכאָלאָגישע תּאוות — למשל, צו קושן אירע פֿיס. אַ טייל פֿאַוואָריטן, וואָס זענען איר געפֿעלן געוואָרן, האָט זי צוגעלאָזט אַ סך נענטער.

די פֿראַנקיסטן האָבן אויסגעאַרבעט אַ גאַנצע מיסטישע טעאָריע, לויט וועלכער משיח מוז זײַן אַ פֿרוי, ווי אַ גשמיותדיקע שכינה־רעפּרעזענטאַציע. אין דער משיחישער תּקופֿה ווערט די געוויינטלעכע הלכה בטל. להיפּוך, קאָן מען די גײַסטיקע ייִחודים דורכפֿירן, לויט זייער שיטה, מיט גאַנץ גשמיותדיקע „שכינה־רעפּרעזענטאַציעס‟.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז ווײַט נישט אַלע נאָכפֿאָלגער פֿון אַזעלכע טעאָריעס האָבן זיך פֿאָרמעל געשמדט, אַזוי ווי יעקבֿ פֿראַנק און זײַן טאָכטער. געוויסע גאַנץ פֿרומע ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר האָבן אויך געהאָפֿט, אַז אין דער דײַטשישער שטאָט אָפֿענבאַך איז פֿאַראַן אַ הייליקער שלאָס, וווּ עס וווינט אַ פֿרוי, וואָס וועט ברענגען די גאולה אויף דער וועלט.

דער איזענבורגער שלאָס אין אָפֿענבאַך, דער אַמאָליקער צענטער פֿון פֿראַנקיזם
דער איזענבורגער שלאָס אין אָפֿענבאַך, דער אַמאָליקער צענטער פֿון פֿראַנקיזם

עס טרעפֿן זיך אויך טשיקאַווע פֿאַלן, ווען די גרענעץ צווישן טראַדיציאָנעלע און אומטראַדיציאָנעלע דרכים איז אין יענער תּקופֿה צעשווענקט געוואָרן. אין 1787, האָבן די שקלאָווער מתנגדים אַנטדעקט אַ הלכה־פּירוש פֿון אַ געוויסן בראָדער חסיד מיטן נאָמען לייב מלמד. דער דאָזיקער טעקסט איז אָפּגעהיט געוואָרן, אַ דאַנק דער מתנגדישער פּאָלעמיק קעגן די חסידים. צווישן געוויינטלעכע פֿרומע ענינים, קאָמענטירט דער מחבר, אַז אַ „גרויסע קדושה‟ האָט זיך פֿאַר אים אַנטדעקט נישט צוליב צניעות, נאָר דווקא ווען ער האָט גוט אַרײַנגעקוקט הינטער דער מחיצה אין אַ מיקווה, וווּ עס האָט זיך געטובֿלט אַ נאַקעטע פֿרוי.

עס בלײַבט אומקלאָר, צי יענער לייב מלמד איז געווען אַ באַהאַלטענער פֿראַנקיסט, אָדער אַן אָריגינעל־געשטימטער חסיד. ווען ער האָט אָנגעשריבן זײַן פּירוש, האָט יעקבֿ פֿראַנק נאָך געלעבט. ווען זײַן טאָכטער איז אויפֿגעשטאַנען אין שפּיץ פֿון דער סעקטע אין 1791, זענען משיחיש־עראָטישע געדאַנקען וועגן פֿרויען געווען שוין באַקאַנט אויף דער ייִדישער גאַס.

למשל, אַ געוויסע רביצין מיטן נאָמען חיה שור, בעת יעקבֿ פֿראַנקס וויזיט אין איר שוואָגערס היים, האָט אָנגעטאָן אַ תּורה־קרוין, זיך פֿאַרשטעלט נאַקעטערהייט ווי אַ לעבעדיקע ספֿר־תּורה און געלאָזט די מענער זי צו טאַפּן און קושן. בײַ די געוויינטלעכע ייִדן, וועלכע האָבן אונטערגעקוקט די דאָזיקע מעשׂה, האָט אַזאַ „התגלות השכינה‟, פֿאַרשטייט זיך, אַרויסגערופֿן אַ גרויסן סקאַנדאַל. די סתּירותדיקע „משיחטע‟ איז נאָך געווען אַ קליין מיידל, ווען די דאָזיקע מעשׂה איז געשען.

בײַ די שבתי־צבֿיניקעס איז נאָך פֿריִער געווען פֿאַרשפּרייט אַזאַ גלייבן. צום בעסטן איז באַקאַנט די געוועזענע אַשכּנזישע זונה שׂרה, וועלכע איז אַנטלאָפֿן פֿון די באָגדאַן כמעלניצקיס באַנדעס, און מיט וועלכער שבתי צבֿי אַליין האָט חתונה געהאַט אין 1664. איר ווילדע רעפּוטאַציע האָבן די משיחיסטן אָפּגעטײַטש דווקא ווי אַ סימן פֿון אַזאַ הויכער קדושה, וואָס קאָן גובֿר זײַן די געוויינטלעכע הלכה־ראַמען. די הײַנטיקע פֿאָרשונגען ווײַזן, אַז זי איז נישט געווען אַ זײַטיקע פֿיגור, נאָר פֿאַרנומען אַ פּראָמינענט אָרט אין דער משיחישער באַוועגונג.

רבֿקה אָדער רחל פֿראַנק איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1754, אין דער באָלגאַרישער שטאָט ניקאָפּאָל, וועלכע האָט זיך דעמאָלט געפֿונען אויפֿן שטח פֿון דער אַטאָמאַנישער אימפּעריע. אינעם יאָר 1759 האָט יעקבֿ פֿראַנק זיך פּלוצעם געשמדט אין לעמבערג, נאָך אַ ביטער מחלוקת מיט די רבנים, און איבערגעצײַגט אַ סך זײַנע חסידים, אַרײַנגערעכנט די טאָכטער, נאָכצופֿאָלגן זײַן מוסטער. ווי ס׳איז באַקאַנט, האָבן זיי דאָס געטאָן אויף צו להכעיס און כּדי צו באַקומען מער מעגלעכקייטן צו פֿאַרשפּרייטן זייערע אידעען, זײַענדיק פֿולע קריסטלעכע בירגער. דאָס איז אָבער די אויבערפֿלעכלעכע סיבה פֿונעם מאַסן־שמד. די סעקטאַנטן האָבן געהאָפֿט אונטערצורײַסן די קריסטלעכע רעליגיע פֿון אינערווייניק, פֿאַרענדיקן דאָס אַלטע מעטאַפֿיזישע מחלוקת צווישן יעקבֿ און עשׂו, און אַזוי אַרום ברענגען די גאולה.

צוליב פֿאַרשיידענע מאַכינאַציעס, האָט זיך דעם סתּירותדיקן משיחישן פֿירער אײַנגעגעבן צו קריגן אַ סך כּוח און געלט. זײַן טאָכטער האָט געירשט אַ גרויסן מיטל־עלטערלעכן איזענבורגער שלאָס אין אָפֿענבאַך, וואָס בלײַבט נאָך אַלץ איינע פֿון די שטאָטישע מערקווירדיקייטן.

בעת דער שבתי־צבֿינישער מהומה, האָבן נישט ווייניק ייִדישע פֿרויען, צו גוטן צי צום שלעכטן, פֿאַקטיש צום ערשטן מאָל נאָך די תּנ״כישע צײַטן אויפֿגעטראָטן אין בולטע אומאָפּהענגיקע משיחיש־נבֿיאישע ראָלעס, פּרוּוונדיק נאָכצומאַכן יעל און אסתּר. להיפּוך צו די דערמאָנטע פֿאַלן, זענען אַ טייל פֿון די מיסטישע מנהיגות אין יעדער תּקופֿה געווען צניעותדיקע בתולות, אַ מין „ייִדישע מאָנאַכינס‟. לויט דער ייִדישער משפּחה-אָריענטירטער טראַדיציע, קאָן מען אָבער אַזאַ שיטה אויך באַטראַכטן ווי אַן אויפֿשטאַנד קעגן די אָנגענומענע נאָרמעס.

צוליב דעם טיף־קאָנטראָווערסאַלן כאַראַקטער פֿון דער פֿראַנקיסטישער באַוועגונג, בלײַבט עוואַ פֿראַנק רעלאַטיוו ווייניק באַקאַנט, אַחוץ אַ קליינער צאָל פֿאָרש־ווערק. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, וואָלט מען אויפֿן סמך פֿון איר ביאָגראַפֿיע געקאָנט שאַפֿן אומצאָליקע ראָמאַנען און פֿילמען. שטעלט זיך פֿאָר, אַז אַ פּשוט ייִדיש מיידל פֿון אַ באָלגאַריש שטעטל, דערצויגן דורך אַ שווערן און בייזן טאַטן, איז פּלוצעם געוואָרן אַ פֿאַרגעטלעכטע אַריסטאָקראַטישע פֿיגור. אַפֿילו נאָך איר טויט האָבן געוויסע ייִדן און פּאָליאַקן במשך פֿון עטלעכע דורות אָפּגעהיט פּאָרטרעטן און סטאַטועטקעס פֿון איר געשטאַלט.

נישט געקוקט אויפֿן קיגינלעכן לוסקוס אין די בלי־טעג פֿון דער פֿראַנקיסטישער באַוועגונג, האָט עוואַ פֿראַנקס, אַפּנים, דורכגעמאַכט אַ שווער לעבן. אַ טייל פֿאָרשער באַטראַכט איר טאַטן, אַ ברוטאַלן און תּאוותדיקן פּאַרשוין, ווי אַ ייִדישן עקוויוואַלענט פֿונעם קאָנטראָווערסאַלן פֿראַנצויזישן שרײַבער מאַרקי דע סאַד. פֿראַנק האָט כּסדר באַלעסטיקט זײַנע תּלמידים און פּרינציפּיעל עובֿר געווען אַלע מאָראַלישע נאָרמעס. אין זײַן שלאָס האָט געהערשט אַ מישמאַש פֿון ווילדע אָרגיעס, שטרענגע שטראָפֿן פֿאַרן נישט פֿאָלגן זײַנע באַפֿעלן, און אויסטערלישע סיגופֿים.

צי האָט די „משיחטע‟ אַליין ערנסט געגלייבט אין איר טאַטנס אַפּיקורסישע טעאָריעס? איז זי טאַקע פּלוצעם געשטאָרבן, ווען איר האָט געדראָט תּפֿיסה פֿאַר אַסטראָנאָמיש־גרויסע חובֿות, זיך גענומען דאָס לעבן צי אַנטלאָפֿן אין אַן אַנדער לאַנד? אַזוי צי אַזוי, בלײַבט זי, מעגלעך, די סאַמע מיסטריעזע און סתּירותדיקסטע פֿיגור אין דער ייִדישער געשיכטע.